צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ

0 .סא

פאסצ טשצא,/1ט א ומט,ן אטת

98ט1/0010006 1,2412

{וט 0851016טן 11846 1008 016סט 1/118 װס0011ז086זט 1חוסחזםוווזסת 180ז80 15606008 יז 101671 14

9ז1001906 50/0/1

מצטדא מעזזז גנפזפפנצ עס א0ס1זדשסע 6011 מ/8ת660 מגזז1 תסע סאנפאטע מת84מז זאצסטע 1א/ טס 4 צטם דתא,ע אז /0595181? ממתזא פא,טעץ אסזנזאמאטס?ע את8214968440 /2,,/מ3/)2 סאג, מזטאעם

2

א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו

9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4,

אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 , 1דפ עט דע

60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413

)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ

עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ

;צם פעפונצסעע ,לע

4 1 01960ט) 1006 1

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161

1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101

{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8

1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 024204ס 16256קן

7(ניד א))) גץֶװסקי

ן 0 2 (/ יאָנן

0לוכ פון ככקף (/כול)

2220/72 .//40///2 22 4 1):

410 7 /סשזת' ציזאוכ"

עס /128עעטסס צאספטרסמסזסזתא 2זמג 8 2 /אזסצ שסא

טאָג-בוך פון ר ב ק ה זילבערנ

פ ר יע ר

דער שיג עצנעץ בי כע ר:

חשוונדיקצ נעכט, 1927, גייען שיכעלעך אַװעק, 1930.

דזשיקע גאס ערשטע אויפלאגע, 1931. צווייטע אויפלאַגע, 1936,

פריידקע ערשטע אויפלאַגע, 1935, צווייטע אויפלאגע 1936,

אַלע פענצטער צו דער זון, 1936, אין לאנד פון מיין געביין, 1927,

אויפן באַרג, 1938.

דער ערשטער טאָג אין ניו-יאָרק

2טער דעצעמבער 190539.

אָנגעקומען היינט אין אַ שיינעם טאָג, אפשר איז דאָס אַ סימן, אַז מיר ועט זיין גוט אין אַמעריקע. די טאַנטע איז זייער ענלעך צו מיין מוטער עה"ש, נאָר זי האָט ניט אַזאַ גוטן שמייכל וי מיין מוטער האָט געהאַט. דער פעטער שוייגט, זעט אויס ניט צופרידן, װאָס איך בין געקומען. סעלמאַ איז אזוי אַלט וי איך, און אַזױ הויך וי איך. זי האָט צו מיר היינט אַרױסגערעדט אַ פּאָר ווער- טער. ;וי פילסטו?" און ;דו ביסט מיין קאָזין", מער קען זי ניט ריידן קיין אידיש, זאָגט זי. מאַרווין איז אַלט אַ יאָר זעכצן ער האָט מיר בלויז געזאָגט ;האַלאָ" און אין אַװעק פון שטוב. די טאַנטע האָט באַטראַכט מיינע זאַכן. זי און סעלמאַ האָבן געלאַכט פון מיינע זאָקן, פון מיינע העמדער און פון מיינע קליידער. אין לובלין בין איך געווען גוט אָנגעטאָן. װעט מען פון מיר שטענדיק לאַכן אין אַמעריקע? די טאַנטע האָט אַ הויב געטאָן אַלע מיינע קליידער און אַ זאָג געטאָן: שמאַטעס! מען דאַרף איר קויפן אַ ;דרעס" און אַ ,העט". איך האָב קוים איינגעהאַלטן די טרערן. די טאַנטע האָט מיך באַלד אויפגענומען וי אַן אָרעמע קרובה, אפשר װאָלט בעסער געווען, ווען איך װאָלט געבליבן אינדערהיים, װאָס װעל איך דאָ טאָן? זיי ריידן אַלע ענגליש. איך פאַרשטײי גאָרניט. מיר דאַכט זיך, אַז זיי ריידן וועגן מיר און מיר דאַכט זיך אויך, אַז איך בין טויב געװאָרן צו צװאַנציק יאָר.

אין אָװונט זיינען אַריינגעקומען צו אונדז עטלעכע שכנות אָפּנעמען ביי מיר געריסן פון דער פאַלטער היים". זי זיינען אַלע מיט געפאַרבטע באַקן און מיט געפאַרבנטע ליפּן, איך האָב פּשוט מורא דאָס אַרױכזאָגן, ביי מיר אין די איגן זעען זיי אויס, װי צעלאָזענע. אַפילו פרויען פון פערציק-פופציק יאָר זיינען אויך געפאַרבטע. יעדערע פון זיי האָט דערציילט ועגן איר היים. ביי מיר האָבן זיי זייער וייניק געפרעגט. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז זיי האָבן מיך אַרײנגעכאַפּט איך זאָל אויסהערן

0 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

אַלע זייערע מעשות, װאָס זיי האָבן צו דערציילן וועגן זייער אַל- טער היים. איינע פון די שכנות, בעטי רופט זי די טאַנטע, אָדער מיסיס שאָר, האָט דערציילט, װי זי האָט פאַרלאָרן איר חתן אויפן וועג קיין אַמעריקע. זי האָט עס דערציילט מיט אַ גרינג האַרץ. זי איז געפאָרן מיט איר חתן צוזאַמען אויפן שיף, מיט זיי צאַ- מען איז געפאָרן אַ בעסאַראַבער משפּחה. די בעסאַראַבער האָבן געפירט מיט זיך אַ סך געטריקנטע קעז און האָבן מכבד געווען זייערע שיף-ברידער און שיף-שװועסטער. דער חתן האָט פון אָנהױב דעם קעז גאָרניט ליב געהאַט. דערנאָך איז אים געפעלן געװאָרן דער קעז זייער שטאַרק. ער פלעגט אַלע מאָל פאַרפאַלן ווערן, גיין נעמען ביי די בעסאַראַבער אַ שטיקל קעז. די בעסאַ- ראַבערקע איז געווען אַ פרוי פון אַ יאָר אַכט און צװאַנציק, דריי- סיק, זי האָט געפירט מיט זיך צוויי קינדער און געפאָרן איז זי צו אַ שווער, ווייל דער מאַן אירער איז געשטאָרבן אין אַמעריקע. די בעסאַראַבערקע האָט אַלץ געלאַכט און מכבד געווען דעם חתן מיט קעז. זי האָט אים אַ נאָמען געגעבן נאַשער, קעזינאַשער. זי האָט אים צוגעזאָגט אַ קעזענעם גן עדן. די כלה האָט אויך מיטגעלאַכט מיט דער בעסאַראַבערקע, אָבער אין ניו יאָרק האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז "ער חתן איז געװאָרן אומעטיק. ער פלעגט אָפּט אַװעקגײן און סוף כל סוף געזאָגט בעטין, אַז ער װויל דערווייל ניט חתונה האָבן, ער איז צו-יונג און נישט אײיגעאָרדנט. ער האָט התונה געהאַט מיט דער בעסאַראַבקע. די מיסיס שאָר האָט עס דערציילט אָן ביטערקייט. איך האָב זיך זייער געואונדערט, איך װאָלט זיך געוויס געשעמט ווען מיט מיר פּאַסירט אַזאַ זאַך און װאָלט עס קיינעם ניט דערציילט. אָבער בעטי האָט דער" נאָך זיך אַ באַרים געטאָן, אַז איר אַמאָליקער חתן איז ביזן היינ- טיקן טאָג אַן אָרימאַן און זי איז גאָט צו דאַנקען אַרױסגעקראַכן פון אַ שווערן מזל. די פרויען האָבן גערעדט אַ סך װעגן זיך און מיר אפילו ניט געגעבן קיין מעגלעכקיט צו דערציילן, וי איך בין געבליבן אָן אַ היים. פון מיסיס שאָרס מעשה איז מיר געװאָרן זייער אומעטיק. מיר דאַכט זיך, אַז עס איז פאַר מיר ניט קיין גוטער סימן, װאָס די ערשטע מעשה, װאָס איך האָב געהערט אין אַמעריקע איז פון אָפּנאַרערײ און פון אומגליק. ווער ווייס װאָס מיט מיר װעט נאָך דאָ זיין?

טאָגי-בוך פון רבקה וילבע רג 7

די זיסע בלאַט פון מענטשן

0"טער דעצעמבער.

איך האָב היינט באַמערקט, אַז די טאַנטע האָט צוגעגאָסן װאַי סער צוֹ מיין גלאָז אַראַנדזש-דזשוס (פּאָמעראַנצןיזאַפּט). איך האָב דאָס באַמערקט צופעליק. איך בין געשטאַנען אַנטקעגן שפּיגל און האָב געזען װי די טאַנטע דערגיסט איין גלאָז מיט װאַסער און דאָס זעלבע גלאָז האָט זי מיר דערנאָך דערלאַנגט. -- טרינק, האָט זי געזאָגט, אָראַנדזש-דזשוס איז געזונט. מיר איז אָבער שוין פון דעם קיין געזונט ניט צוגעקומען. איך האָב עס קוים אַראָפּ- געשלונגען. בעסער די ביטערע בלאַט פון גאָט איידער די זיסע פון מענטשן --- פלעגט מיין מאַמע עה"ש זאָגן. -- נו, איז די אַראַנדזש-דזשוס ביי מיר היינט געווען טאַקע די זיסע בלאַט פון מענטשן, און נאָך איין זאַך האָב איך היינט צו פאַרשרייבן: מאַרװין קען ריידן אידיש, אָבער איך וייס ניט װאָס פאַראַ מין אידיש דאָס איז. ער האָט נעכטן איבערגעלאָזן זיינע שיך לעבן מיין בעט. היינט אינדערפרי איז ער זיי געקומען אָפּנעמען און אַ זאָג געטאָן : שדאָס איז אַ חזיריי". װאָס האָט ער געמיינט ? אַז איך זאָל אים אָפּרײניקן די שיך ? אפשר האָט ער דאָס געמיינט. נאָר סייוויסיי, געזאָגט האָט ער דאָס אויף אידיש. די טאַנטע האָט אים עפּעס געענטפערט אויף ענגליש,. איך האָב עטלעכע מאָל געהערט דאָס װאָרט , שי". די טאַנטע און מאַרװין האָבן געהאַלטן אין איין ;שיקען". שי" און ,שי". איך על היינט פרעגן ביי דער מיסיס שאָר, װאָס הייסט ,שי". מיר דאַכט זיך, אַז זיי האָבן גערעדט וועגן די שיך און וועגן מיר, וייל נאָך זײיער שמועס האָט די טאַנטע צו מיר אַ שמייכל געטאָן. רבקה, גיי עס עפּעס, האָט זי אַ זאָג געטאָן. געוויס װאָלט גלייכער געווען, אַז איך זאָל ניט זיין קיין פליבטלינג,

ע די 5טער דעצעמבער. איך האָב היינט געזען סעלמאַס ,באָי" (בחור). ער איז אַ הוי- כער, אַ דינער און זיינע הויזן זיינען זייער גלאַט אױסגעפּרעסט,

8 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

מען האָט אונדז באַקאַנט. ער האָט צו מיר געזאָגט עטלעכע ווערטער אויף אידיש. וי גלייכסטו אַמעריקע?" אַלע פרעגן דאָ די עטלעכע ווערטער. ריידן רעדט ער אַזױ וי אַ גוי. אַזױ וי פּאַן סטעפאַנאָווסקי, װאָס פלעגט אַרינקומען צו מיין פאָטער וועגן זיינע װאַלד-געשעפטן און פלעגט מיט מיר פאַרפירן אַ אידישן שמועס. איך האָב זיך דערמאָנט וועגן פּאַן סטעפאַנאָווסקי און אָנגעהויבן לאַכן, אַלע זיינען געווען אומצופרידן פון מיין פּלוצלינגדיקן געלעכטער. די טאַנטע האָט צו מיר געזאָגט: דו דאַרפסט זיך, רבקה, בעסער אויסלערנען ענגליש, און ניט לאַכן דאָ איז ניט לובלין. דאָ רעדט מען ענגליש. -- סעלמאַס ;באָי" האָט מיך פאַרטיײידיקט. װאָס ער האָט געזאָגט האָב איך ניט פאַך- שטאַנען, איך האָב בלויז געזען, אַז ער גיט אַלע מאָל אַ קוק אויף מיר און שמייכלט. מיר איז דאָס געווען זייער אַנגענעם, און ס'האָט מיר באַנג געטאָן, ווען סעלמאַ איז מיט אים אַװעק אין די מואוויס (סינעמאַ). די טאַנטע האָט מיר היינט געזאָגט, אַז איך דאַרף גיין אין אַ /סקול" זיך לערנען ענגליש. זי װעט מיך מאָרגן גיין פאַרשרייבן. איך האָב היינט באַגעגנט אויף די שטיגן די מיסיס שאָר. איך האָב זי געפרעגט װאָס הייסט ;שי". די מיסיס שאָר האָט מיר געזאָגט, אַז ,שי" איז אַזױיװֹי --- זי. ;חי" איז אַזױװי --- ער און קאַי" איז אַזױװי -- איך. הייסט עס, אַז זי האָבן טאַקע דעמאָלט גערעדט וועגן מיר. מאַרווין האָט געמיינט, אַז איך על אים אָפּפּוצן די שיך. ניין, איך על דאָס ניט טאָן ער איז אַ קנאַפּער פּריץ און קען דאָס אַלײן טאָן . . .

ויי-יאָר

1טער יאַנואַר,

נעכטן אין אָװונט זיינען אַלע אַװעק זיך פאַרוויילן, דער אָנקל מיט דער טאַנטע זיינען אַװעק שפּילן אין קאָרטן צו דער מיסיס שאָר. סעלמאַ און איר ,באָי" זיינען אַװעק טאַנצן. מאַרווין איז אַװועק אויף טיימס סקווער. איך האָב ניט געװאָלט גיין אין ערגעץ. ביי מיר איז היינט אַ ביטערער טאָג. פאַראַיאָרן אין דער צייט האָט די מאַמע נאָך געלעבט, זי האָט פאַר אונדז געבאַקט לאַטקעס, ניט ווייל עס איז געווען ניי-יאָר. פון ניי-יאָר האָט מען ביי אונדז

טאָגיבוך פון רבקה זילבערג 9

קיין וועזן ניט געמאַכט, נאָר ווייל עס איז געקומען א גאַסט, דער פעטער זיידל איז געקומען מיט אַ שליטעלע נעמען אונדז אויף אַ שפּאַציר, ;קוליק". די מאַמע עה"ש האָט אים ניט געװאָלט אָפּלאָזן אָן כיבוד. --- כיבוד ? --- האָט דער פעטער זיידל אויסגעשאָסן, אויב כיבוד, איז לאַטקעס. -- האָט מען געגעסן לאַטקעס. דער- נאָך זיינען מיר געפאָרן ;קוליק". אמת, דער ,קוליק" איז אונדז ניט באַקומען. וי נאָר מיר זיינען אַרױסגעפאָרן אויף דער בריי- טער גאַס האָט מען אונדזער שליטל אָנגעהויבן באַװאַרפן מיט שניי, פון אָנהױיב האָבן מיר געמיינט, אַז מען װאַרפט אויף אונדז שטיינער, דערנאָך האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דאָס זיינען געווען שניי-קוילן; די כוליגאַנעס, די שװאַרצע ניכפּע זאָל זיי נעמען האָבן אונדז מכבד געווען מיט זידלערייען און מיט פייפערייען מיר האָבן זיך אומגעקערט אַהים נאַסע מיט שמוציקע פּנימער. דער פעטער זיידל האָט אויף זיי געבעטן די ויסטע מפּלה, און איך אַלײין האָב שיעור ניט געויינט פאַר פאַרדראָס. אָבער דאָך איז געווען אַ היים, עס איז געווען די מאַמע, לובלין איז געווען און לייזער אויך. איך האָב דעמאָלט ניט געטראַכט, אַז אין אַ יאָר אַרום װעל איך זיין אין אַ פרעמד הויז, עלנט, און אויף לאַסקאװון ברויט, און װועל ניט ויסן אפילו, וואו עס זיינען דער טאַטע, דער ברודער, און די היים. אַז איך וװועל זיין אַ פליכטלינג. אַ שרעקלעכער װאָרט איז דאָס ,פליכטלינג". דאָס װאָרט קומט מסתמא פון פאַרפלוכט זיין. ווייל אַ פליכטלינג איז אַ פאַרפלוכ- טער מענטש. בין איך דעריבער ניט געגאַנגען היינט אין ערגעץ, אַ קנאַפּע שמחה פאַר מיר דער נייער יאָר. גלייכער װאָלט אפשר געווען, ווען דער פאַראַיאָריקער װאָלט זיך קיינמאָל ניט געענדיקט, אָדער איך זאָל אים אויך ענדיקן, װי די מאַמע עה"ש.

אַ טרייסט

ס-טער יאַנואַר,

די לעצטע פּאָר טעג האָבן דער פעטער און די טאַנטע גערעדט אויף ענגליש און אַ סך מאָל דערמאָנט ,שי". איך וייס שױן אַז דאָס ריידען זיי וועגן מיר. ;זי", ,זי". זעט אויס, אַז מען האָט באַשלאָסן אָפּשיקן די שװאַרצע, װאָס קומט יעדן טאָג טאָן די

10 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

שטוב-אַרבעט. היינט האָט מיר די טאַנטע געגעבן אויסװאָשן אַ פּאָר קליידלעך, ;סליפּס" (האלקעס) און זאָקן. סעלמאַס, אירע און מיינע. די טאַנטע האָט מיר צוגעהאָלפן, אָבער איך האָב זיך געפילט, אַז איך ווער אַ דינסט אין שטוב. די אַרבעט איז מיר ניט שווער געווען, נאָר דאָס האַרץ איז געווען שווער וי אַ שטיין. די שװאַרצע, האָט די טאַנטע געזאָגט, איז קראַנק געװאָרן, ווער ווייסט ווען זי װעט קענען קומען צו דער אַרבעט. עס װאָלט מיר גרינגער געווען אין דער היים ואַשן די שטיינער פון ברוק, איי- דער וואַשן דאָ סעלמאַס קליידלעך. און אַמאָל גיב איך אַ טראַכט --- ווער ווייסט װאָס עס איז איצטער מיט מיין היים . . . אפשר שטיין דאָ און װואַשן די קליידלעך אין ;לאָקס? איז גאָר אַ גן עדן ווייל מיין היים אין לובלין איז דאָך דער ביטערסטער גיהנום, מיין איינציקע טרייסט איז, װאָס איך גיי אין סקול, די לערערין קומט אַלע מאָל צו צו מיר און גיט אַ קוק מיין שרייבן. מיר דאַכט זיך, אַז די לערערין איז אַ אידישע, אָבער פרעגן זי קען איך ניט, איך קען נאָך גאָרניט ריידן קיין ענגליש. אויסער אַ פּאָר ווערטער, װאָס מיר האָבן געלערנט אין סקול. ענגליש איז אַ שווערע שפּראַך,. ווער ווייס צי איך על זיך אַמאָל אויסלערנען ריידן ענגליש?

מענדל פּושקאַרט 8-טער יאַנואַר.

די שװאַרצע איז נאָך ניט געקומען זי איז קראַנק און ער ווייסט, ווען זי װעט געזונט וערן. נעכטן איז געווען אַ א;קאַרט- פּאַדי" (קאָרטן-שפּיל) ביי אונדז. דער אָנקל איז גאָר אַן אַנדער מענטש, ווען ער שפּילט אין קאָרטן. ער רעדט און וויצלט זיך. ער האָט געוואונען אַ דאלער, מעגלעך, אַז דערפאַר איז ער געווען אַזױ אויפגעלייגט. איך האָב דערלאַנגט טײי. די טאַנטע האָט גע" זאָגט: ;אַז אין קאָרטן שפּילסטו ניט, טאָ גיב כאָטש אַ גלאָז טיי, עטעס דאַרף דאָך אַ מענטש טאָן.? מער פון אַלץ האָט מיך גע" קרענקט מענדל פּושקאַרט. (דאָס איז זיין אמתער נאָמען און זאָל ער טאַקע וויסן, אַז אים מיין איך עס). ער האָט אויסגעטרונקען ניט וייניקער װי אַ פינף, זעקס, אָדער מער גלעזער טיי. געגאָסן

טאָג-בוך פון רב קה זילבע רג 11

אין זיך, װי אין אַ פאָס און יעדעס מאָל צו מיר אַ וואונק געטאָן, אַז איך זאָל אים דערלאַנגען נאָך. אַזױװי ער זאָל מיר צאָלן גע" האַלט, אַזױ האָט ער זיך מיט מיר געשאַפן, פאַר דעם איינעם אָװונט האָב איך אים פיינט געקריגן, װי אַ חזיר. און אֹיך האָב אפילו אַ טראַכט געטאָן, מען קען ניט ויסן, װאָס מיט אַ מענטשן קען זיין . . . אויסער דעם האָט דער מענדל פּושקאַרט דערציילט מעשות. ער לאָזט קיינעם אַ װאָרט ניט אױסרײידן. ער רעדט נאָכאַנאַנד. און ווערטלעך שיטן זיך ביי אים איינס נאָכן אַנדערן ער האָט דערציילט, וי זיין טאָכטער האָט געקריגן אַן אויסצייכ- נונג פאַר פידל שפּילן, װי מען האָט זי אויף די הענט געטראָגן נאָך אַ קאָנצערט. װי זי איז איצט דער גרעסטער מבין אויף פידל שפּילעריי און אַלע פּראָפּעסאָרן האַלטן זיך מיט איר אַן עצה, ווען עס קומט צו נגינה. דערנאָך האָט ער דערציילט, וי זיין טאָכטער, טאַקע די זעלבע פידלשפּילערקע, אַז זי פּרעגלט אָפּ ,פּיטשעס? קען קיינער אַזאַ מאכל ניט צוגרייטן, און אַלע פּראָ- פעסאָרן קומען צו איר פאַרזוכן די ,פּיטשעס" און עס איז פּשוט אַ כבוד פאַר עמיצן, אַז זי לאַדט אים איין. נאָר ווען ער װאָלט איצט פאַרמאָגט דאָס געלט, װאָס זיין טאָכטער האָט אים אָפּגעקאָסט לערנען, װאָלט ער איצט געװען אַ גרויסער גביר און װאָלט ניט געוואוינט דאָ אויף גרענד סטריט. דערנאָך האָט ער דערציילט, וי זיין טאָכטער האָט מיט צװאַנציק יאָר צוריק, איידער זיי זיינען געקומען קיין אַמעריקע, גערעדט רוסיש וי אַ ואַסער, און זי האָט געזאָגט צו אַ גענעראַל, װאָס האָט זי געװאָלט אַרעסטירן, וייל זי איז געפאָרן אָן אַ פּאַס: ;װואַשע פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָ, אַ גוטער מענטש איז שטענדיק אַ גוטער מענטש". זי איז אַזױ געפעלן געװאָרן דעם גענעראל, אַז ער האָט איר דערלאַנגט די האַנט, מענדל פּושקאַרט האָט אַזש געלויכטן און טראָפּנס שוייס זיינען ביי אים אַרױס אויפן שטערן, ווען ער האָט דערציילט די מעשה. פון אָנהױב האָב איך אים געגלויבט, אָבער נאָכדעם, אַז ער האָט צו מיר געוואונקען ועגן די גלעזער טי, האָב איך זיך דער קונדיקט װאָס פאַראַ מענטש ער איז און האָב אים אַ װאָרט מער ניט געגלויבט. ביי דער זעקסטער גלאָז טיי האָב איך מער ניט געקענט אויסהאַלטן, און אַז מענדל פּושקאַרט האָט צו מיר אַ וואונק געטאָן, און אַ וואונק געטאָן אויף זיין גלאָז, ווייס איך ניט

19 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

פון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען אַזויפיל איינשטעלעניש, און איך האָב אים אַ זאָג געטאָן, וי זיין טאָכטער צום גענעראל: ,ואַשע פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָ, גייט אַלײין און נעמט אייך טיי." אַלע האָבן זיך פאַנאַנדערגעלאַכט. די טאַנטע אַלײן איז אַװעק אים אָנגיסן טיי. מענדל פּושקאַרט האָט מיך אָנגעקוקט און אַ זאָג גע- טאָן: ;אַהאַ, זי איז דאָך גאָרניט קיין גרינע". איך האָב געפילט, אַז ביי מיר שטעלן זיך טרערן אין די אויגן, און כדי מען זאָל דאָס ניט זען בין איך אַרױס פון צימער און זיך געלייגט שלאָפן געשלאָפן בין איך ניט, עס האָט מיר געזעצט אין האַרצן, וי מיט האַמערס. די טאַנטע איז אַרינגעקומען. זי האָט מיר גע- בראַכט אַ שטיקל פּאַמעראַנץ, זי האָט געזען, װי טרערן לויפן ביי מיר פון די אויגן: קדאָן בי פוליש", האָט זי געזאָגט און איז אַרױסגעגאַנגען פון צימער. װאָס אין דאָס? דאָס איז אַ זידל- װאָרט צי אַ טרייסט-װאָרט? וער וייס דאָ אין אַמעריקע.

די װועלט איז נאַך פֿאַר מיר ניט פאַרשלאָסן 0(סטער יאַנואַר,

איך בין נאָר װאָס געקומען פון די מואוויס. איך האָב היינט אַ געפיל, אַז די װועלט איז נאָך ניט פאַרשלאָסן פאַר מיר. אין די מואוויס בין איך געגאַנגען מיט סעלמאַן און מיט איר ;באָי", ער האָט געבראַכט אומזיסטע בילעטן ,טיקעטס" און האָט מיך געבעטן מיטגיין מיט זיי. סעלמאַ האָט שוין אויך דערנאָך צוגע- לייגט אַ װאָרט: שקום, װאָס אַרט דיך". אָבער איך האָב געזען, אַז צופרידן איז זי ניט. אַז סעלמאַ װוערט אומצופרידן וװערט ביי איר אָנגעבלאָזן אַביסל דער גוידער. דאָס פּנים פון אונטן ווערט ברייטער און כאָטש זי האָט געשמייכלט, האָב איך דאָס אַלץ דערקאַנט אויף איר. די טאַנטע האָט געשויגן. מען האָט מיך גענומען פאַרפּוצן אויף גיין אין די מואוויס. איך האָב אָנ- געטאָן מיין ;דרעס" און סעלמאַ האָט מיר אָנגעמאָסטן איינע פון אירע היטעלעך. זי האָט אַ זאָג געטאָן: דו זעסט, מאַ, אפילו אויף רבקה'ן איז דאָס שיין. נאָר איך האָב זיך געמאַכט ניט הערנדיק און ניט פאַרשטײיענדיק. איך זאָל וועלן אויף אַלץ ענטפערן, דאַרף איך גלייך אײינפּאַקן מיינע שמאַטעס און גיין פון הויז. וואוהין

טאָגי-בוך פון רבקה זילבע רג 15

װועל איך גיין? קיין לובלין? צו דער מאַמען אויף יענער וועלט? דער עבאָי" איז געגאַנגען אינמיטן און איך און סעלמאַ פון ביידע זייטן. סעלמאַ האָט אים געהאַלטן אונטערן אָרעם. איך בין גע- גאַנגען דערביי. דערנאָך האָט דער ,באָי" מיך אויך גענומען אונטעון אָרעם. סעלמאַ האָט אַ גלאַנץ געטאָן מיט אַן אויג, אַ קוק געטאָן, נאָר גאָרניט געזאָגט. איך האָב וידער דערזען אַז דער גוידער ווערט ביי איר אָנגעבלאָזן און דאָס פּנים ברייט, עס פּאַסט איר ניט ווען זי ווערט אַזױ, זי װוערט מיאוסער. דעם ;באָי* רופט מען עדי. זיי האָבן גערעדט צוישן זיך ענגליש און איך האָב געשוויגן די גאַנצע צייט. נאָר עדי גיט צו מיר אַ שמייכל און זאָגט: ;דו פאַרשטייסט ניט". אָבער ער שמיכלט זייער גוטמוטיק. סעלמאַ האָט ניט געװאָלט אַרײן עסן אייזיקרים, זי האָט געזאָגט, אַז זי איז מיד, און מיר זיינען געפאָרן אַהיים, נאָר מיר איז גראד היינט לייכטער אויפן האַרצן. עס דאַכט זיך מיר, אַז די וועלט איז נאָך פאַר מיר ניט פאַרשלאָסן,

דעם זיירנס יאָרצײיט 0-"טער יאַנואַר.

היינט איז דעם זיידנס יאָרצײט. די טאַנטע האָט אָנגעצונדן אַ ליכט אין קיך, אַ גרויסע ליכט, עס זאָל ברענען אַ גאַנצן מעת- לעת. די טאַנטע איז אַרומגעגאַנגען היינט און געזיפצט, און דער- מאָנט דעם טאַטן, מיין זיידן, הייסט עס. עס קען זיין, אַז דערפאַר האָב איך זיך געפילט צו איר נענטער און אין שטוב היימישער, זעט אויס, אַז די טאַנטע האָט עס אויך געפילט און פאַר איין גאַנג שוין אַרױסגעלאָזט אַ טרער, װאָס מיין מוטער איז גע- שטאַרבן. ;אָט אַזױ", האָט זי געזאָגט, ווערט חרוב אַ משפּחה". זי האָט געװוישט די נאָז מיט אַ בלומענע נאָזיטיכל און איז געווען מער ענלעך צו אַ לובלינער פרוי, װוי צו אַ ניו יאָרקער. אָבער נאָך האַלבן טאָג האָט די טאַנטע זיך פאַרקעמט, זיך אָנגע- פאַרבט די באַקן און די ליפּן, װי געוויינלעך, און איז אַװעק אין גאַס. איך בין געבליבן אינדערהיים אוױיפראַמען די צימערן. די שװאַרצע איז טאַקע מערניט געקומען, קראַנק געװאָרן אויף איי- ביק . . . גראָד ווען די טאַנטע איז אַװעק איז אַרינגעקומען

14 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

די מיסיס שאָר. עס איז שװוער צו זאָגן צי מיסיס שאָר איז אַ גוטע, אָדער אַ שלעכטע, יעדנפאַלס, זי איז אַ מאָדנע. -- װאָס, די שװואַרצע אייערע קומט ניט מער? -- וען איך האָב איר גע- זאָגט, אַז די שװאַרצע איז קראַנק, האָט די מיסיס שאָר אַ פארסקע געטאָן מיט אַ פאַרשטיקטן געלעכטער. -- נו, קריגט מען שין ניט קיין שװאַרצע אין די יונייטעד סטייטס? גאָרניט, דיין טאַנטע וויל ;פּלעין" (פּשוט) פאַרשפּאָרן געלט, אַז זי האַלט אַ פליכטלינג אין שטוב. אַזױ האָט זי זיך אַ זאָג געטאָן און האָט אַרױסגענומען פון איר טאַש אַ פּאַפּיראָס און פאַררויכערט. די מיסיס שאָר רוי- כערט און לאָזט אַרױס דעם רויך פּאַמעלעך דורך די נאָזלעכער. אַזױװי איך קען ניט רויכערן האָט מיר די מיסיס שאָר געגעבן אַ ,טשואינגאם" איך זאָל דאָס קייען. זי זאָגט, אַז דאָס העלפט באַרואיקן די נערוון אין אַ שלעכטער צייט . . . זאָגנדיק אַזױ, האָט זי צו מיר אַ פּינטל געטאָן מיט אַן אויג, וי אַן אייגענער מענטש. איך האָב באַמערקט, אַז די אַמעריקאַנער, אַז זיי זאָגן אייך אַריין אַ ביטערן אמת, אָדער טוען גלאַט אייך אָפּ אַ חזיריי, פאַרזיסן זיי דאָס דערנאָך מיט אַ שטיקל פּאָמעראַנץ, אָדער אַ ,טשואינגאַם". אַזױ טוט די טאַנטע, אַזױ טוט אויך די מיסיס שאָר.

סעלמאַ 4"טער יאַנואַר,

סעלמאַ איז היינט געווען זייער נערוועז, און דער פעטער האָט נאָך מער געשוויגן וי שטענדיק. דעם פעטער האָב איך ליבער פון אַלעמען אין הויז. כאָטש די טאַנטע איז דער מאַמעס עה"ש שוועסטער איז מיר דער פעטער נענטער צום האַרצן. ער איז ניט קיין מרוק, כאָטש ער שוייגט כמעט שטענדיק, אויסער ביים שפּילן אין קאָרטן. אין דערהיים, אין לובלין האָט מען געזאָגט אויף אים. אַז ער איז אַ למדן און האָט סמיכות אויף רבנות. נאָר ער האָט ניט געװאָלט ווערן קיין רב און איז אַװעקגעפאָרן קיין אַמעריקע. דאָ איז ער אַן אינשורענס אַגענט, נאָר מיר דאַכט זיך שטענדיק, אַז אים װאָלט זיך בעסער געפּאסט זיין אַ רב. סעלמאַ האָט היינט פּלוצלינג אָנגעהויבן וויינען. ווען זי האָט זיך אָנגעטאָן אויף גיין אין גאַס, האָט זי זיך ניט געקענט קיין עצה געבן. װאָס

טאָגיבוך פון רנ קה זילבע רג 15

פֿאַראַ שיך זי זאָל אָנטאָן, צי זי זאָל אָנטאָן שװאַרצע שיך, אָדער בלויע, צי געלע. האָט דער פעטער אַ זאָג געטאָן; אַ שװערע מהרש"א, און ער האָט אַ שמייכל געטאָן, טאַקע וי אַ רב. ער האָט נאָך דערצו צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און אַ זאָג געטאָן: קאַז דער קאָפּ איז קיין קאָפּ ניט, וועלן די שיך ניט העלפן.* די טאַנטע האָט זיך צעשריען: לאָז אָפּ דאָס קינד, לאָז אָפּ, עס איז ניט יוראָפּ!" סעלמאַ האָט געװיינט. איך פאַרשטײי ניט דעם גאַנצן פּלאָנטער, נאָר עפּעס קומט דאָ פאָר אין הויז, װאָס איך ווייס ניט און װאָס האָט אַ שייכות מיט סעלמען

פינף און זיבעציק סענט אַ טאָג (איך יל װײינען) ס2-טער יאַנואַר.

מאַרװין האָט באַשלאָסן זיך אויסלערנען טאַנצן אַזױװי בעני גודמאַן. ער שטעלט אָן די ראַדיאָ און שטעלט זיך אַנטקעגן טאַנצן קען עס נעמען אַ שעה נאָכאַנאַנד. ער דרייט די ראַדיאָ און טאַנצט, טאַנצט און דרייט די ראַדיאָ. מיר האָט אָנגעהױיבען וי טאָן דער קאָפּ דערפון. אַז ער טאַנצט דערמאָן איך זיך באַלד, אַז מיין מאַמע איז געשטאָרבן פון אַ באָמבע, אַז איך ווייס ניט וואו מיין ברודער איז אַהינגעקומען, ער טאַנצט אוודאי ניט איצטער, און װאָס מיטן טאַטן איז געװאָרן ווייס איך אויך ניט. איך װאָלט אַװעק עק וועלט, אַבי ניט זען מאַרװינס טאַנצן, נאָר וואו זאָל איך גיין?

פאַרנאַכט איז אַרײנגעקומען די מיסיס שאָר, זי האָט מיך ווידער מכבד געווען מיט טשואינגאַם, און איך האָב שוין גע װאַרט, אַז זי זאָל מיר עפּעס אַ זאָג טאָן; ;ניטאָ נאָך די שװאַרצע?, --- האָט זי שפּעטער אַ וויילע אַ פרעג געטאָן, -- איך האָב היינט געטראָפן אייער שװאַרצע אין גאַס, זי איז גאָרניט קראַנק, די טאַנטע וויל פאַרשפּאָרן פינף-און-זיבעציק סענט אַ טאָג, דאַטס אֶל (דאָס גאָר). רבקה, אויב דו װילסט קום צו מיר, װעל איך דיר יאָ באַצאָלן, פאַרװאָס ניט? על איך האָבן אַ דואיקן קאָפּ, אַז מען טראָגט מיר ניט אַרױס פון שטוב גאָרניט," איך ווייס ניט, צי איך האָב זיך אָן עפּעס אַ גליטש געטאָן, צי די פיס האָבן ביי מיר אַליין אַ ציטער געטאָן, איך בין פּונקט אין דער מינוט אָני-

16 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

דערגעפאַלן, איך האָב זיך ניט צעקלאַפּט, נאָר עס האָט זיך מיר זייער געװאָלט וויינען אויפן קול. די טאַנטע איז אָנגעקומען און עפּעס אַ זאָג געטאָן אויף ענגליש. מיסיס שאָר האָט באַלד אויפן אָרט אָפּגעבאַקט אַ ליגן : --- דאַכט זיך, זי בענקט אַהײם, אייער קניעס" (פּלימעניצע). די טאַנטע האָט געזען, אַז איך בין זייער צערודערט, זי האָט אַ טאַפּ געטאָן ביי מיר דעם קאָפּ און האָט געזאָגט: ;זי האָט אַ הייסן קאָפּ.* איך האָב זיך צוגעלייגט און גענומען אַן אַספּי- רין. איך בין געווען דאַנקבאַר דער טאַנטע, װאָס זי האָט געזאָגט, אַז איך בין קראַנק. איך בין שוין מער היינט פון בעט ניט אויפ- געשטאַנען.

אַ װעלט איז פאַרפאַלן געװאָרן 8"טער יאַנואַר,

סעלמאַ וויינט און מאַרװין טאַנצט. איך פיל זיך זייער אי" בעריק אין שטוב. אַ נס איך גיי אַװעק פאַרנאַכט אויף צוויי שעה אין סקול, די לערערקע זעט אויס האָט באַמערקט, אַז איך בין זייער פאַרזאָרגט און האָט מיר היינט געזאָגט, זעט אויס, געװאָלט מיך טרייסטן : שיו'ר יאָנג". איך בין יונג, אָבער צרות האָב איך שוין דורכגעלעבט אַ סך. די לערערקע וייס דאָך ניט, אַז עס איז געווען לובלין, אַ מאַמע, אַ טאַטע, ברידער, לייזער איז געווען און מען פלעגט גיין שפּאַצירן צום סאסנאָוון װאַלד, דער פעטער זיידל פלעגט קומען מיט אַ פערד און מיט אַ װאָגן אָדער מיט אַ שליטל, און איצט איז גאָרניטאָ. עס האָט זיך אָפּגעריסן איין מענטש פון אַ וועלט און די װועלט איז אים פאַרפאַלן געװאָרן װאָס זשע קען דאָ העלפן, װאָס איך בין יונג?

עס אי נאָד דאָ לובלין קדטער פעברואר.

עס איז נאָך דאָ לובלין. היינט באַקומען פון טאַטן אַ קאַרטל. ער לעבט. דער ברודער איז אויך געזונט. וועגן דער מאַמען דערמאָנט ער ניט. און כאָטש איך האָב געוואוסט װאָס מיט דער מאַמען איז געשען, האָט זיך מיר פונדעסטוועגן אָפּגעריסן אין

טאָגיבוך פון רבקה זילב ערג 17

האַרצן, אַז איך האָב פון דער מאַמען קיין געריס ניט געפונעף אָבער עס איז נאָך דאָ לובלין. די שטאָט, מיט מיין היים, און דער ואַלד איז נאָך מסתם אויך פאַראַן. וועגן לייזערן שרייבט דער טאַטע גאָרניט, איך ווייס ניט װאָס מיט לייזערן איז געװאָרן. איך באַמי זיך וועגן אים ניט טראַכטן. װאָס איז דאָ צו טראַכטן? אַז איך װעל אים שוין מסתם קיינמאָל ניט זען. איך װאָלט אָבער געװאָלט וויסן צי ער לעבט. היינט האָב איך ניט געהאַט קיין עגמת נפש װאָס מאַרװין האָט מיר וידער אַװעקגעשטעלט די שיך זיינע לעם מיין בעט. אַ דאגה דאָס איז. דאָס קאַרטל איז מיר אָנגעקומען גלייך אינדערפרי, האָב איך מאַרװינען אָפּגעפּוצט די שיך. אַבי עס איז דאָ צוריק אַ שטאָט, צוריק אַ שטיקל היים, איז נאָך דאָ אַ וועלט אויך. על איך נאָך פּטור ווערן פון מאַר- ווינס שיך אויך. היינט איז פרייטיק. די טאַנטע האָט געמאַכט געפילטע פיש. זי האָט אויך געבאַקט אקוקיס". פרייטיק איז ביי אונדז אין שטוב מער שבת, וי אום שבת גופא. אין אָװונט שפּילט מען אין קאָרטן, אָבער פאַרנאַכט צינדט די טאַנטע אָן ליכט, היינט איז די טאַנטע פאַרזאָרגט וועגן סעלמאַן. סעלמאַ איז ניט געזונט, מען דאַרף איר מאַכן אַן אָפּערציע. סעלמאַ אַליין איז אויך פאַרזאָרגט. זעט אויס, אַ מענטש האָט מורא פאַר זיין לעבן. און מיין מאַמע? ניטאָ שוין וועגן איר גאָרניט אין קאַרטל. איך װאָלט כאָטש ועלן זען דאָס אָרט וואו זי ליגט. דעם נאָמען אי בערלייענען אויפן שטיין,

אַזעלכע אױערן האָב איך פ-טער פעברואַר,

די מאַמע עה"ש פלעגט שטענדיק שרייען אויף מיר, װאָס אומעטום שטעל איך צו אַן אויער. אַ מענטש דאַרף ניט אַלץ וויסן, פלעגט זי זאָגן. װאָס זאָל איך טאָן, אַז אַזעלכע איערן האָב איך, איך הער זיך ניט צו און איך הער פאָרט. באַנאַכט האָב איך געהערט, װי דער פעטער אין צוייטן צימער האָט אַ זאָג געטאָן: ממזרים פעלן מיר נאָך אין שטוב? די טאַנטע האָט אַ שיקע געטאָן און עפּעס אַ זאָג געטאָן אויף ענגליש. און דערנאָך האָב איך װוידער געהערט זיי ריידן ;שי" און ;שי". נאָר דאָס מאָל

18 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

האָט מען שוין גערעדט ניט ועגן מיר, נאָר וועגן סעלמאַן. זעט אויס, אַז מיט סעלמאַן איז עפּעס ניט גלאַטיק. און איר אָפּעראַ- ציע איז אויך ניט גלאָט אַזױ אַן אָפּעראַציע. דאַכט זיך, אַז סעלמא האָט די אמתע צרות . . . דערפאַר קומט ניט עדי. עדי איז שוין ניט געווען אַ טאָג צען. סעלמאַ איז מיין קוזינע. איר נאָ- מען איז אַזױװי מיינער, שרהירבקה. סעלמאַ הייסט עס אױיף ענגליש. איך װאָלט וװועלן אויף איר רחמנות האָבן און קען ניט, זי האָט אַזעלכע שיינע קלידער. טאַשן, שיך, אַלץ װאָס זי דאַרף, נעמט זי אַרױס פון אַ טאַש. פאַרב, פּודער, אַ פיילכל פאַר די נעגל, אַ קעמעלע, אַ נאָזיטיכל, אַ שפּילקע צו די האָר, אַ שפּילקע צום קלייד, אַ באנד, אַן אַדרעס. מיר דאַכט זיך, װאָס עס זאָל זיך מיט סעלמאַן ניט טרעפן װעט זי באַלד אַרױסנעמען פון טאַש אַ זאַך, װאָס װעט איר תיכף העלפן. אַ רפואה, אַן עצה, אַלץ איז דאָ ביי סעלמאַן אין די שיינע טאַשן טאָ וי קען איך אויף איר רחמנות האָבן? אָבער פונדעסטוועגן ויינט זי. היינט האָט זי גערעדט צו עדין אויפן טעלעפאָן. עדי, עדי, האָט זי אַ סך מאָל אָנגערופן אים ביים נאָמען. װאָס זי האָט גערעדט ווייס איך ניט. ענגליש. אָבער נאָכן ריידן איז זי אַװעק צו זיך אין צימער, און װוידער מיינע צרה'דיקע אויערן, איך האָב געהערט, וי זי האָט געשנייצט די נאָז, געוויינט.

בי דער טאַנטע אױף גרענד סטריט פ-טער פעברואַר.

עס איז אַ נאַרישקײט, װאָס איך טראַכט וועגן לייזערן. איך טראַכט, װוי מיר פלעגן גיין צוזאַמען אין סאָסנאָוװון װאַלד. נאָך דעם טאַטנס קאַרטל, וייס איך, אַז עפּעס איז נאָך דאָרט פאַר- בליבן,. מסתם איז דער סאָסנאָװוער װאַלד אויך, אפשר, פאַראַן. און לייזער? וואו איז ער? אַװעק מיט די פּאָליאַקן קיין רומעניע? געבליבן ביי די דייטשן? אָדער אפשר איז ער אין לובלין? ער האָט געװאָלט פאָרן קיין ארץ ישראל, אפשר איז ער אַװעקגע- פאָרן אַהין? אָבער צי לעבט ער? איך װעל פרעגן דעם טאַטן אפשר וועט ער מיר ענטפערן. איך האָב זיך היינט אין שול אויסגעלערנט נאָך עטלעכע ווערטער. איך פאַרשטײ שוין אַביסל

טאָגי-בוך פון רב קה וילבע רג 19

ווען מען רעדט פּאַמעלעך, אָבער, אַז מאַרװין רעדט פאַרשטיי איך גאָרניט,

די מיסיס שאָר איז היינט וידער געקומען, ווען די טאַנטע איז ניט געווען אינדערחיים. זי וויל מיך נעמען אין דער לוב- לינער לאַנדסמאַנשאַפט. ;דו דאַרפסט זען מענטשן", האָט זי צו מיר געזאָגט, ,װאָס וועסטו דאָ זיצן אויף גרענד סטריט?" די מיסיס שאָר איז אַ מאָדנער מענטש. זי האָט בלויע אויגן, איין אויג איז ביי איר כמעט שטענדיק אַביסל פאַרזשמורעט, און עס דאַכט זיך, אַז איין אויג איז גרעסער און איין אויג קלענער. זי זעט ניט אויס צו זיין קיין גוטע, אָבער, אַז זי קומט אַרײן, פיל איך זיך היימישער, היינט האָט זי צו מיר אַ זאָג געטאָן; ,דו ביסט שוין אַלט צװאַנציק יאָר? אין אַמעריקע דאַרף מען שוין חתונה האָבן. דאָ צו צװאַנציק יאָר איז מען שוין כמעט אַן אַלטע מויך", און זי האָט זיך פאַנאַנדערגעלאַכט. עס האָט מיך אַ קלעם געטאָן ביים האַרצן. לייזער, האָב איך זיך דערמאָנט, האָט מיר אַמאָל גע- זאָגט, אַז מיר װעלן חתונה האָבן, ווען ער װעט אַלט זיין פינף און צװאַנציק און איך צוויי און צװאַנציק יאָר. און דאָ בין איך שוין אַן אַלטע מויד. לייזער ווייס איך ניט צי עֶר לעבט. לובלין איז עק ועלט. און איך בין אין אַמעריקע ביי דער טאַנטע אויף גרענד סטריט, פּוץ די שיך פאַר מאַרװינען,. מען האָט צו- ליב מיר אַװעקגעשיקט די שװאַרצע. א, איך בין אַלט אַ סך מער וי צװאַנציק יאָר, אפשר דרייסיק, אפשר פערציק. איך בין שוין זייער, זייער אַלט, כאָטש איך בין אין די זעלביקע יאָרן וי סעלמאַ. אָבער אויף סעלמאַן איז אויך אַ רחמנות.

איך פּאָר זען לאַנדסלײט 1יטער פֿעברואַר.

נעכטן איז סעלמאַ צוריקגעקומען פון שפּיטאָל, זי איז דאָרט געווען צוויי טעג. אין אָװונט איז געקומען עדי. צו מיר האָט ער אַ זאָג געטאָן ;האַלאָ גרינע" און האָט מיר אַ שאַר געטאָן מיט דער האַנט איבער די האָר,. איך האָב געזען, אַז סעלמאַן האָט עס פאַרדראָסן, זי האָט געשמייכלט, נאָר ביי איר איז ווידער גרויס געװאָרן דער גוידער, און דאָס פּנים איז געװאָרן ברייט. די

20 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

טאַנטע האָט זיך דערמאָנט, אַז זי דאַרף גיין אויף אַ זיצונג פון דער ,ליידיס סאָסײיעטי" (פרויען-געזעלשאַפט) פון דער לאַנדסמאַנשאַפט. די טאַנטע האָט מיך גערופן מיטגיין. ;קום װועסטו זען לאַנדסלײיט". איך האָב אָנגעטאָן מיין .דרעס", די טאַנטע האָט מיר צוגעפאסט אַ היטעלע און סעלמאַ האָט מיר געגעבן אַ טאַש. מיר זיינען גע" פאָרן מיט דער סאָבוויי, איך קען זיך צו דער סאָבװויי ניט צוגע- וואוינען. עס ווערט מיר ניט גוט אין דער סאָבויי. ‏ נאָר איך האָב דער טאַנטע ניט געזאָגט וועגן דעם. שוין אַזױ אויך בין איך צופיל אַ ;גרינע". איך בין געזעסן און עס האָט מיר גע" קלונגען אין די אױיערן. קים זיך אַרױסגעכאַפּט אויף דער פרישער לופט,

--- דיין מאַמע, דיר צו לענגערע יאָר, איז אויך געווען אַ שװאַ- כע, -- האָט די טאַנטע אַ זאָג געטאָן צו מיר, -- איך זע דו סאָפּעסט אויך פון דער סאָבװעי. --- ,ניין, איך פיל זיך גוט," האָב איך באַלד דער טאַנטע אָפּגעטאָקט אַ תשובה, איך קען אליין ניט פאַרשטיין צוליב װאָס, נאָר אַזױ האָט זיך מיר געװאָלט איר ענטפערן. מיר זיינען געקומען צום מיטינג. דאָרט זיינען געווען אַ פופציק פרויען, כמעט אַלע מיט גרויע קעפּ, בלויז אַ פּאָר אינ- גערע, און עטלעכע מענער. די פרויען זיינען געווען אױיסגעפּוצט מיט שפּילקעס אין די קליידער, אַ סך מיט גאָלדענע זייגערלעך אויף די הענט. אין דער היים האָב איך קיינמאָל ניט געזען על- טערע פרויען זיך אַזױ אָנטאָן, פאַרװאָס זיי רופן דאָס קמיטינג" פאַרשטיי איך ניט. דער גאַנצער אָװנט איז כמעט אַװעק אױף טרינקען קאַװע און עסן קעיק. די פאָרזיצערן האָט גערעדט ענגליש. איך האָב ניט פאַרשטאַנען װעגן װאָס זי רעדט, נאָר אינמיטן דערינען פלעגט זי אויסשיסן אַ פֹּאָר אידישע װערטער. ,ווער עס װעט ניט פאָלגן װעט באַצאָלן טייערער." אָדער -- ;לאָזט איבער די סודותּ אויף שפּעטער", ,דעם בעסטן קעיק ועלן מיר פּרייזן' (באַלױנען) מיט אַ קוש". עס איז געװאָרן אַ פֹּאַי טשעריי. און מען האָט אָנגעהויבן פרעגן: -- פון ועמען? פון וועמען אַ קוש? --- די פאָרזיצערן האָט זיי נאָך עפּעס דערקלערט אויף ענגליש און ווייטער אױסגעשאָסן אויף אידיש: אוער עס וועט ברענגען אַ פּלאַש 'פּאַלעסטײן' ויין װעט מען אים אױך ניט אַרױסטרײבן". איך האָב געמיינט, אַז מען גרייט צו די

טאָג-בוך פון רבקה זילבע רג 21

פּורימדיקע סעודה, נאָר מען האָט מיר דערקלערט, אַז דאָס דאַרף זיין אַ זאַמלונג פאַר די מלחמה קרבנות. עס איז געוען גאַנץ פריילעך. מען האָט זיך געחכמעט און געגעסן קעיק (טאָרט), אין אַמעריקע עסט מען זייער אַ סך ,קעיק". אַבי װאָס איז ,קעיק". אַ קאַרט פּאַדהי --- איז קעיק, אַ געבורטסטאָג -- איז ,קעיק"" אַ זאַמלונג פאַר די מלחמה געליטענע -- איז ,קעיק". מען האָט מיר געזאָגט, אַז ווען עמיצער שטאַרבט, גיט מען נאָך דער לויה אויך יעדערן צו שטיקלעך קעיק, נאָר אין דעם גלויב איך נִיט, סיידן איך זאָל דאָס זען מיט מיינע אייגענע אויגן. און פון יעדער סאָרט ;קעיק" האָבן די פרויען פאַרזוכט. פריער אַ שטיקעלע האָניק- קעיק. דערנאָך אַ שטיקעלע קעזיקוכן, דערנאָך ווידער אַ שטיקל קאָפע קעיק און ווידער ;קוקיס" -- מען קייט. מען גיט אַ זיפץ: ;אויף יענער זייט איז דאָס אַן אומגליק", און מען פאַרקייט עס מיט אַ שטיקל קאָפע קעיק. דערנאָך האָט מען געשפּילט אין קאָרטן. דאָס געוואונענע געלט גייט אויף אָפּשיקן אין דער אַל- טער היים, קיין לובלין,. צװוישן די פרויען האָב איך געטראָפן חנקע די בעקערקע, וועגן איר האָב איך געהערט דערציילן אַ סך מעשיות אין דער היים. זי איז זייער אַ שיינע געווען אַמאָל. זי האָט חתונה געהאַט זייער יונג. דערנאָך האָט זי זיך גע'גט מיטן מאַן און זי איז אַרײן אין דער חברה. זי איז געװאָרן ביי זיי אַ רעדנערקע און אַ גאַנצע אויפטוערקע. מען האָט זי געכאַפּט אויף אַ פאַרזאַמלונג און אַװעקגעשיקט אין טורמע. זי איז אַנטלאָפן און איז אַװעקגעפאָרן קיין אַמעריקע. צו דעם מיטינג האָט זי גע- בראַכט די בעסטע ,קוקיס". אַז איך האָב איר געזאָגט, אַז אין- דערהיים האָט מען דערציילט וועגן איר אַ סך מעשיות, האָט זי הנאה געהאַט און געזאָגט, אַז זי איז איצט אויך די בעסטע ,פּאו- קערקע" אין קלוב, דאָס הייסט זי שפּילט אַמבעסטן אַ קאָרטן-שפּיל אַזאַ, ;פּאוקער". ווען מיר זיינען צוריקגעקומען אַהײים איז נאָך עדי געווען. ווען איך בין געשטאַנען אָן אַ זייט און אַריינגעלײגט סעלמאַס היטעלע צוריק אין שאַכטל (סעלמאַ האַלט אַלע אירע היטעלעך אין שאַכטעלעך און ביי איר אין צימער איז פאַראַן אַ ספּעציעלע פּאָליצקע פאַר דעם) איז צו מיר צוגעגאַנגען עדי ער האָט צו מיר הויך געזאָגט: --- נו, דו האָסט געזען דיינע לאַנדס- לייט? --- און שטילערהייד האָט ער צוגעגעבן, -- דו ביסט אַ

29 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

שיינע. איך האָב זיך צעטומלט און מורא געהאַט די טאַנטע זאָל ניט דערהערן, אָדער סעלמאַ. געהערט האָבן זיי ניט, אָבעֶר די טאַנטע איז פונדעסטוועגן צוגעגאַנגען צו אונדז און געזאָגט:

--- מיר האָבן זיך דאָרט זייער גוט אאַנדזשאָיעט?. -- פאַרן אַװעקגאַנג האָט מיר עדי אַ דריק געטאָן אַ פינגער. מיר האָט זיך דערנאָך געדאַכט, אַז דעם פינגער פיל איך אַרױס פון דער גאַנצער האַנט, כאָטש ער האָט מיר ניט ויי געטאָן, נאָר געברענט ביז איך בין אַנשלאָפן געװאָרן.

אַן אױסגעבאָרגטע װעלט 4סטער פעברואַר.

זייער ביטער צו זיין אויף לאַסקאַװן ברויט. סעלמאַ קוקט אויף מיר ניט אינגאַנצן. און די טאַנטע איז געװאָרן שטיוונע, שטייף,. זי רעדט יע צו מיר, נאָר עפּעס אַזױ וי מיט אַ טענה. איך זאָג זיך ניט אָפּ פון קיין שום אַרבעט. ריניק מאַרװינען די שיך, גרייט צו דער טאַנטע די גרינס, נאָך איידער זי הייסט מיר, נאָר פונדעסטוועגן דאַכט זיך מיר, אַז דאָס גאַנצע הויז איז פול מיט טענות צו מיר. באַנאַכט האָט זיך מיר אפילו געחלומט, אַז איך שטיי אינמיטן שטוב און אַלע שטייען אַרום מיר און שרייען: ;אַרױס פון שטוב, אַרויס!? ביי סעלמאַן איז געווען אַזאַ גרוי- סער גױידער, וי ביי אַ קי אַן אייטער. אַ חלום איז אַ נאַר, אויפ- געכאַפּט זיך האָב איך געהאַט בלױיז אַ קלעמעניש אין האַרצן און בין געווען צופרידן, װאָס דאָס אַלץ איז בלויז אַ חלום, וייל וואו װעל איך גיין?

זעט אױס, אַז עפּעס האָט די טאַנטע געזאָגט דער מיסעס שאָר, ווייל מיסיס שאָר האָט מיך געטראָפן אויף די שטיגן, מיר דאַכט זיך, זי האָט מיך אַפילו אומישנע אָפּגעװאַרט, זי האָט מיך אַוומגענומען ביי דער טאַליע און אַריינגערופן צו זיך אין הויז. די מיסיס שאָר האָט מיך אַװעקגעזעצט אויפן קאוטש און איך האָב געפילט, אַז זי װויל מיט מיר ריידן וועגן זייער אַ ויכטיקער זאַך. אַנקעגן מיר אויף דער װאַנט האָב איך דערזען אַ בילד פון אַ טערקישער פּרינצעסין מיט אַ קרוין אויפן קאָפּ, און אירע שטוב-מיידלעך זיצן לעבן אירע פיס און דערלאַנגען איר פרוכט,

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 29

די מיסיס שאָר האָט מיר דערלאַנגט אַ טשואינגאַם און אַלֵיין האָט זי פאַררויכערט אַ פּאַפּיראָס,

--- הער, רבקהלע, -- האָט זי אַ זאָג געטאָן, -- אַמעריקע איז אַזאַ לאַנד, װאָס דער בעסטער גוטער פריינט איז דער דאָלאר און דער נענטסטער קרוב איו מען צו זיך אַלײן צו װאָס דאַרפסטו זיצן ביי דיין טאַנטע? סעלמאַ איז אַ מיידל, דו ביסט אַ מיידל, צוויי קעץ אין איין זאַק טויגן ניט. גלייכער זוך זיך פֿאַר דיר אַרבעט. װעסט האָבן אַן אייגענעם דאלער און די וועלט װעט זיך פאַר דיר עפענען. --

איך בין געזעסן און האָב געהערט, אין האַרצן האָט מיר גע- זעצט, וי מיט האַמערס, וואו זאָל איך גיין זוכן אַרבעט? ואָס פאַר אַן אַרבעט ? און אַז די מיסיס שאָר האָט מיך אַרינגערופן צו זיך אין שטוב אַריין, כדי ריידן מיט מיר, מסתם וייסט זי, װאָס זי טוט. איך האָב פּלוצלינג דערפילט די גאַנצע וועלט, וי אַן אויסגעבאָרגטע. מיסיס שאָרס קאַנאַפּע איז מיר אױיסגעבאָרגט צו זיצן דאָרט אַ וויילע. מיין בעט איז מיר אױסגעבאָרגט אויף שלאָפן עטלעכע נעכט, אפילו די שטיגן זיינען מיר אױיסגעבאָרגט אויף דורכגיין עטלעכע מאָל און ניט קומען מער איף צוריק, אַן אױיסגעבאָרגטע װועלט איז פּונקט אַזױ ביטער, וי אַן אויסגע- באָרגט קלייד, אָדער שיך, דריי זיך דורך אין זיי און גיב צוריק, און וואו זאָל איך גיין זוכן אַ שטענדיקע װעלט? ואו זאָל איך גיין? איך ווייס ניט, וי לאַנג איך בין געזעסן דעם קאָפּ אַראָפּ- געלאָזט. איך האָב אפילו ניט באַמערקט, װי די מיסיס שאָר איז אַװעק אין קיך און האָט געבראַכט פאַר אונדז צויי טעפּעלעך קאַװוע. דערנאָך האָט זי געבראַכט ;קוקיס", זי האָט מיך אַ נעם געטאָן פאַר דער נאָז און אַ הויב געטאָן דעם קאָפּ אַרױף:

--- זאָרג ניט, די וועלט איז גרויס.

מיסיס רובץ 6'טער פעברואַר.

איך האָב באַשלאָסן גיין פריער פון אַלץ צו מיין מאַמעס חברטע, צו דער מיסיס רובין. אויפן מיטינג, ווען איך האָב איר געזאָגט, אַז די מאַמע מיינע לעבט שוין ניט, האָט זי אַ וױין גע-

244 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

טאָן, פאָרט אַן אייגענער מענטש. די טאַנטע האָט געזען, וי איך טו אָן די ,דרעס" און זי האָט מיך אַ פרעג געטאָן;! --- וואו קלייבסטו זיך עפּעס מיצקע דערינען? -- פון איר פרעגן האָב איך דערפילט, אַז זי ווייסט וואו איך גיי, נאָר זי מאַכט זיך ניט וויסנדיק. איך האָב איר געזאָגט, אַז איך וויל זיך גיין פאַרשרייבן אין דער ביבליאָטעק, נעמען ביכער.

--- נעם ביכער, אַז דו וילסט ביכער, -- האָט די טאַנטע געזאָגט נאָכגיביק, נאָר קום ניט צו שפּעט.

דער מאַמעס חברטע, די מיסיס רובין, האָט אין שטוב אויס- געזען אינגאַנצן אַנדערש, וי אויפן מיטינג. ערשטנס איז ביי איר דער גאַנצער קאָפּ אויסגעשטעקט מיט מאַשינקעס אויף מאַכן גע- קרייזלטע האָר. דער קאָפּ האָט אויסגעזען, וי ער זאָל האָבן אָן אַ שיעור הערנער. פון פאָרנט, פון הינטן און פון אַלֶע זייטן דאָס פּנים האָט אויסגעזען אַ סך עלטער און געגאַנגען איז זי אין אַ פאַרטוך, װאָס האָט זי געמאַכט פון אויבן ביז אַראָפּ גלייך, װוי אַ זעקל שטרוי. אָן אַ טאַליע, אָן אַ ביוסט, אָן זייטן, אָן אַלעמען. אַ לאַנגער זאַק שטרוי, מיט הערנער פון אויבן און מיט אַ פּאָר שטעקשיך פון אונטן. זי האָט מיך דערזען און זיך פאַרוואונדערט, װאָס איך בין געקומען אַלין אָן דער טאַנטע אינמיטן פרייטיק. איך האָב געװאַרט זי זאָל ווידער אָנהויבן ריידן וועגן איר חבר" שאַפט מיט מיין מאַמען עה"ש, איך װאָלט געהאַט מער מוט דער- ציילן איר, אַז איך וויל פון איר אַ טובה, אַז זי זאָל מיר העלפן געפינען אַ שטעלע, נאָר פּונקט וי אויף צו להכעיס, האָט זי וועגן דעם ניט גערעדט. זי האָט נאָר גערעדט ועגן מיין טאַנטע װאָס פאַראַ גוטע פרוי זי איז, און מיין גליק, װאָס איך בין אַריינגע- פאַלן אין אַזאַ הויז. איך האָב אַלץ ניט געפונען די געלעגנהייט אָנהױבן מיט איר צו ריידן אָפּנהאַרציק, עס איז זייער שווער צו ריידן ווען מען וויל עפּעס בעטן. איך האָב געגעסן אַן עפּל, גע- טרונקען אַ גלאָז טיי, איך האָב איינגעזען, אַז איך מוז שוין גיין אַהים. איך האָב זיך אָנגענומען מיט אַלע כחות און געזאָגט: --- מיסיס רובין, איך בין צו אייך געקומען, ווייל איר זיינט געווען מיין מאַמעס עה"ש אַ חברטע, איך האַלט אייך פאַר אַן אייגענעם מענטשן....

די מיסיס רובין איז געװאָרן ערנסט, כמעט דערשראָקן. איך

טאָגיבוך פון רב קה וילבע רג 28

האָב ווייטער ניט געוואוסט, װאָס צו זאָגן און צו מיינע גרויסע צרות האָבן זיך מיר טרערן אָנגעקליבן אין האַלדז, כאָטש וער דערשטיקט. כדי ניט אָנהויבן וויינען האָב איך דערווייל גענומען טרינקען דאָס ביסל טיי, װאָס מיר איז געבליבן אין גלאָז. די מיסיס שאָר האָט זיך געמאַכט ניט זעענדיק, װאָס די אויגן זיינען ביי מיר פול געװאָרן, זי האָט געשוויגן און איך האָב שטילערהייט געזופּט. דערנאָך האָב איך איר געזאָגט, אַז איך וויל אַװעקגין פון דער טאַנטע און איך ווייס ניט, װאָס איך זאָל זיך נעמען טאָן.

--- אַװעקגײן איז גרינג, אָבער צוריקקומען. חלילה, איז שווער, --- האָט מיר די מיסיס רובין געזאָגט, --- גיי ניט אַװעק, אויב עס פאַרדריסט דיך עפּעס -- מאַך זיך ניט ויסנדיק. אַז מיין הערי װעט קומען, װעל איך מיט אים איבערשמועסן, אפשר װעט ער זען פאַר דיר אַרבעט ביי די ,גלאָווס" (הענטשקעס). עס איז געווען זייער פיין פון דער מיסיס רובין, זי האָט מיך געבעטן בלייבן אויף אָװונטברױט, אָבער איך האָב זיך געפילט אַזױ מיך פון דעם שמועס, אַז איך האָב געװאָלט װאָס פריער אַװעקגײן, זיך אַביסל אָפּרוען.

אינשורנס

9)'טער פעברואַר.

דער אָנקל איז היינט געקומען אַהיים מיט אַ קאָפּװײטיק, אין שטוב איז געועזן אַ חורבן. די מיסיס ראַבקין, װאָס האָט געזאָלט לאָזן שרייבן אַן אינשורענס פאַר די קינדער האָט פּלוצַ- לינג געקראָגן קאַלטע פיס, זי וויל זיי, הייסט עס, דערוייל ניט אינשורן. און אַלץ צוליב דעם, װאָס די טאַנטע האָט ניט גע- שטימט פאַר איר פאַר אַ טרעזשורער אין דער אליידיס סאָסייעטי", די טאַנטע האָט זיך געשװאָרן, אַז זי האָט פאַר קיינעם ניט גע" שטימט, דער קאָפּ האָט זי גראד וי געטאָן, און זי איז געזעסן אויפן מיטינג, װי אַ טויטע, און האָט ניט געהערט אפילו װאָס מען פּלאַפּלט דאָרטן,

--- דאַרף מען דעם קאָפּ אַװעקלײגן אָן אַ זייט! גאָר אַן עסק מיט אַ קאָפּ, --- האָט גע'טענה'ט דער אָנקל, -- גאָר אַן עסק מיט אַ קאָפּ, ווען עס האַנדלט זיך ועגן אַזאַ זאַך.

20 פון לובלין ביז ניו:יאָדרק

די טאַנטע האָט געהאָט טענות, פאַר װאָס מען האָט איר ניט דערמאָנט, אַז דער אָנקל קלייבט זיך שרייבן אַן אינשורענס ביי די ראַבקינס, האָט דער אָנקל צוריק גע'טענה'ט, אַז זי מעג אויך געדענקען די ביזנעס אָן אַ דערמאָנונג. דער סוף איז געווען. אַז די טאַנטע איז אַרומגעגאַנגען מיט אַ נאַסן האַנטאַך אויפן קאָפּ און גשלונגען אַספּירין, ביז עס איז אַריינגעקומען די מיסיס שאָר און מענדל פּושקאַרט און מען האָט געמאַכט אַ פּינאָקל. איך האָב זיך אַרומגעזען, אַז דאָס פּינאָקל ראַטעװעט דעם אָנקל פון אַלע צרות, און איך בין צופרידן, אַז דער אָנקל זעצט זיך אַװעק שפּילן, כאָטש, אַז ער פאַרטראַכט זיך אַ רגע, דאַכט זיך, אַז עֶר פּסקנ'ט אַ שאלה. א זייגער אַכט האָט מיר די טאַנטע געגעבן אַ קװאָדער און געשיקט אין די מואוויס. --- גיי זיך אַביסל דורך אין די מואוויס, --- האָט די טאַנטע געזאָגט, --- װועסט זיך גיכער אויסלערנען ריידן ענגליש. --- איך ווייס שוין, אַז ווען די טאַנטע שיקט מיך אַװעק אין אָװונט, הייסט עס, אַז עדי קומט. די טאַנטע וויל ניט, אַז איך זאָל זיך טרעפן מיט עדין. זעט אויס, אַז סעלמאַן פּאַרדריסט זייער אַז עדי רעדט אויס צו מיר אַ װאָרט. און איך בין אויך צופרידן, װאָס איך טרעף זיך ניט מיט אים. אין שטוב ווערט אַזאַ שווערקייט, אַזאַ. אָנגעצױיגנקייט, און מיר דאַכט זיך, אַז אַלע היטן מיך, אַז איך זאָל עפּעס ניט ,צונעמען". אין די מואוויס האָב איך געזען אַ פרוי, װאָס האָט פאַרפירט פאַראַמאָל פיר מענער. אַ גוטע אַקטריסע. איך האָב זיך פון איר עפּעס אויס- געלערנט. איך האָב זיך אויסגעלערנט, אַז מיט מענער דאַרף מען ניט זיין אָפּנהאַרציק. מען דאַרף זיי נאָכאַנאַנד פירן אין באָד אַרײן, צוזאָגן און ניט האַלטן װאָרט. און דאָס געפעלט זי איך מיין, ווען אַלע פרויען זאָלן זיך אַזױ אויפפירן, וי די אַקטרי- סע װאָלטן זיי פאַרפירט אַלע מענער. איך װעל דאָס קײנמאָל ניט קענען, ווייל מען דאַרף זאָגן איין ליגן נאָכן אַנדערן און אויף מיר דערקענט מען באַלד, אַז איך זאָג אַ ליגן. אָבער פון- דעסטוועגן װאָלט איך געװאָלט זיין אַזױ.

ווען איך בין געווען אין די מואוויס, איז דאָ געקומען די מיסיס רובין, אַ שאָד, װאָס איך האָב זי ניט געטראָפן. זי האָט אָנגעזאָגט, איך זאָל צו זיי קומען מאָרגן. עס האָט מיר אַזש אַ זעץ געטאָן אין האַרצן, ווען די טאַנטע האָט עס מיר איבערגעגעבן,

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 27

אפשר וועל איך קריגן אַרבעט, אפשר עפנט זיך שוין פאַר מיר די וועלט,

מיסטער רובץ 0"טער פעברואַר,

איך זע זיך אַרום, אַז אינדערהיים איז דער מענטש אַן אַנדע- רער, וי ווען מען זעט אים אין דער לאַנדסמאַנשאַפט. אין דער לאַנדסמאַנשאַפט איז מיסטער רובין געווען, װוי אַלע לאַנדסלײט, ביי זיך אינדערהיים זעט ער אויס וי אַ פּריץ,. ער איז געזעסן מיט אַ ציגאַר אין מויל און האָט מיר געגעבן עצות. אגב זיין ציגאַר רויכערט ער אויף אַ מאָדנעם אופן. ער רויכערט אים כמעט גאָר- ניט, נאָר ווען ניט ווען, אַמאָל אין אַ יובל, גיט ער אים אַ ציי אַ פּיפּקע מיט די ליפּן און פון ציגאַר לויפן אַרױס אַ דריי, פיר רינגעלעך רויך. און דערנאָך ווידער שטיל. מיסטער רובין פאַר- ציט אים ניט און דער ציגאַר רויכערט ניט. אַז איך זאָל קענען באַקומען אַרבעט ביי אים אין דער ,פּעקטאָרי? (פאַבריק) פון די ;גלאָווס? --- דאָס איז אוממעגלעך, ווייל ער נעמט ניט קיין לערנ- מיידלעך, און קיין אַנדער אַרבעט, זאָגט עֶר, װעל איך ניט קענען טאָן, ווייל איך קען ניט קיין ענגליש. מיסטער רובין האָט נאָך דעם אַ פּיפּקע געטאָן זיין ציגאַר, פון ציגאַר זיינען אַרױסגעלאָפן די פיר רינגעלעך רויך און מיסטער רובין איז געפאַלן אויף אַ פּלאַן פאַרמײינעטװעגן: די גלייכסטע זאַך פאַר אַ מיידל אין דעם עלטער, אַז זי קומט קיין אַמעריקע -- איז חתונה האָבן, וייל עס איז דאָ שווערער פאַר אַ מיידל צו באַקומען אַרבעט איידער ווערן אַ כלה. דאָ האָט זיך שוין מיסיס רובין אַריינגעמישט. -- ,נעווער מיינד", האָט זי אַ זאָג געטאָן, ,מען דאַרף פאַר איר קריגן אַ ;דזשאַב". חתונה האָבן גאָר גיט ער איר אַן עצה" . . . איך האָב דערזען, אַז מיסיס רובין איז פאָרט דער מאַמעס עה"ש אַ חברטע געווען און װויל מיר ביישטיין אין אַ שלעכטער צייט. דעמאָלט האָט מיסטער רובין ווידער אַ פּיפּקע געטאָן דעם ציגאַר און איך האָב שוין אַביסל אָפּגעצױגן דעם אָטעם, מיט די דרי רינגעלעך רויך איז טאַקע געקומען אַ שפּאָגל נייע עצה: אַזױװי דער ווייס פּרעזידענט פון דער געזעלשאַפט פהילף פאַר פליכט- לינגע" איז אַליין אַ לובלינער, איז די גלייכסטע זאַך גיין צו אים

28 פון לובלין ביז ניו:יאָ רק

און ער װועט שוין עפּעס זען טאָן פאַר מיר, אָבער כדי ער זאָל וועלן טאָן --- דאַרף מען אים ברענגען פון עמיצן אַ בריוו. מיסטער רובין האָט לאַנג געטראַכט, פון וועמען זאָל מען אים ברענגען אַ בריוו, דער ציגאַר האָט ביי אים אַלע ויילע אַ פאָך געטאָן מיט עטלעכע רינגעלעך רויך און סוף כל סוף האָט מיסטער רובין אַ זאָג געטאָן: --- אַזױװי דער רב פינקל איז אויך אַ לובלינער, דאַרף מען ביי אים נעמען אַ בריוו, און אַז דער ווייס פּרעזידענט וװועט באַקומען אַ בריוו פון רב פינקל, װועט ער קיין ברירה ניט האָבן און וועט מוזן עפּעס טאָן פאַר אַ פליכטלינג. --- וי זשע קריגט מען דעם בריוו פון רב פינקל? פּשוט מען גייט און מען נעמט. אויף דעם איז ער דאָך אַ רב, צו אים דאַרף מען קיין פּראָטעקציע ניט האָבן,. מיסטער רובין איז געווען זיכער, אַז דער פּלאַן איז דער בעסטער, ער האָט מיר געגעבן דעם אַדרעס פון רב פינקל און דעם אַדרעס פון דעם ווייס פּרעזידענט. (אַדרעסן האָט מיסטער רובין געהאַט אפשר אַ מיליאָן). ער האָט די אַדרעסן פאַרשריבן אויף באַזונדערע פּאַפּירלעך. די מיסיס רובין האָט דערלאַנגט די זעלבע קוקיס, זי האָט דערלאַנגט אַ אקאָפּ קאָפּע" און פרוכטן אויפן זעלבן גרינעם טעלער, ווען איך בין אַװעק פון די רובינס האָב איך גע- פיהלט, אַז קריגן אַרבעט איז שווערער וי וערן אַ כלה. די גאַס איז געווען טומלדיק, אַ מאַשין אַהין, אַ מאַשין אַהער, מענטשן יאָגן זיך, איילן זיך, אַ געדראנג. מיר האָט זיך געדאכט, אַז איך דאַרף דעם גאַנצן ריזיקן עולם צעשטופּן מיט מיינע הענט, כדי ערגעץ וואו זיך אַליין אַרײינשטעלן, און אַלין אויך זיך נעמען ערגעץ יאָגן. איך האָב דערפילט אַ שװאַכקײט אין מיינע הענט, און טאָמער װעל איך ניט קענען טאָן דאָס? ווען איך בין געקומען אַהיים און דערציילט דער טאַנטע װעגן דעם מיסטער רובינס עצות, האָט די טאַנטע אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט -- אייס. איך, קאַלטע פּאָטראַװעס, נאָר פּרואװן דאַרף מען . י .

רבי פינקל 1גטער פעברואַר.

האָב איך שוין דעם בריוו פון רבי פינקל אויך געקריגן! דער רבי פינקל זיצט אויף אַ הויכלעכן שטול, מיר דאַכט זיך, אַז

טאָגיבוך פון רבקה זילבע רג 29

זיין שטול איז אַביסל העכער, וי אַ געויינלעכער, און עס דאַכט זיך אַז ער גייט פון אים קיינמאָל ניט אַראָפּ. ער זיצט און גיט עצות. אַנטקעגן אים שטייט אַ קליין ארון קודשל פאַרהאַנגען מיט אַ ליליא סאַמעטענעם פּרוכת, אַרומגענײט מיט זילבערנע פרענדז" לעך. די פרויען פרעגן אָפּ די עצה און לייגן אַװעק ביים רבין אויפן טיש אַ דאלאר אדער צויי. דער רבי פינקל נעמט ניט צו דאָס געלט, נאָר שאַרט עס אַװעק אָן אַ זייט, אונטער אַ ספר, --- װאָס פאַראַ עצה דאַרפט איר? -- האָט דער רבי פינקל אַ פרעג געטאָן מיך און דער מיסיס שאָר, ווען עס איז געקומען אונ- דזער ריי און מיר זיינען צוגעגאַנגען צו זיין טישל. -- איך האָב זיך אַביסל צעטומלט און ניט געװואוסט פון װאָס אָנצוהויבן, נאָר די מיסיס שאָר האָט זיך געכאַפּט און געענטפערט: ;זי איז אַ לובלינער," האָט זי אַ ווייז געטאָן אויף מיר, ;זי וויל אַ בריוו" .. ,

--- זאָל זי אַליין זאָגן, װוער ביסטו פון לובלין? -- האָט מיך דער רבי אַ פרעג געטאָן נאָך איידער איך האָב צייט געהאַט עפּעס אַלײן זאָגן.

--- איך בין שמעון זילבערג'ס אַ טאָכטער.

דער רבי האָט זיך ניט אַ ריר געטאָן פון אָרט. ער האָט בלויז די אויגן אַ הויב געטאָן: -- דו ביסט רב מאָטיעלע זילבערג'ס אַן אייניקל? צו וועמען װילסטו אַ בריוו?

אַז איך האָב אים געזאָגט, אַז איך וויל אַ בריוו צום ווייס פּרע- זידענט פון דער געזעלשאַפט הילף פאַר פליכטלינגע", האָט דער רבי איבערגעחזרט: --- ווייס פּרעזידענט, ווייס פּרעזידענט . . . דו דאַרפסט אַ בריוו צו וועלוול כאָמוט, דעם מצה רעדלער, וייס- פּרעזידענט . . . זעט אויס, אַז מיין זיידע,. רב מאָטיעלע זילבערג איז געווען אַ סך חשובער ביים רבין, וי וועלוול דער מצה רעדלער, וייל ער האָט אַ קרעכץ געטאָן איידער ער האָט איינגעטונקט די פּענע אין אַ טיפן טינטער און האָט נאָך אײינמאָל אַ הויכ געטאָן די אויגן:

--- װאָס ווילסטו פון אים, אַ טובה?

--- איך זוך אַרבעט, איך וויל, אַז . ..

-- אַ טובה, אַ טובה . . . --- האָט מיך דער רבי איבערגעהאַקט. ער האָט אָנגעשריבן אַ לאַנגן טיטל און אַ קורצן בריוול און גע-

30 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

שטעלט אַ העברעאישן שטעמפּל. דער רבי האָט מיר אָפּגעגעבן דעם בריוו, און איידער איך האָב אים באַװויזן צו זאָגן אַ דאַנק, איז שוין ביים טיש געשטאַנען אַ פרוי מיט אַ פעדער אין הוט, זי איז געקומען נאָך אַן עצה. אַרױסגײענדיק פון רב פינקל האָב איך איבערגעלייענט דעם בריוו, די מיסיס שאָר האָט געלייענט און איך האָב צוגעהאָלפן. אַ לאַנגער טיטל, אָנגעפּיקעװעט מיט העב- רעאישע ווערטער, װאָס מיר ביידע האָבן זיי, דעם אמת געזאָגט, ניט געקענט איבערלייענען. נאָכן לאַנגן טיטל שרייבט דער רבי: ;השם יתברך זאָל געבן אַז מיט אייער הילף זאָל אונדזער בת עיר ממשפּחת זילבערג מצליח זיין אין אַלע אירע דרכים." און דערנאָך ווייטער אַ שורה מיט פארשטריכלטע העברעאישע װער- טער און דערנאָך דער אונטערשריפט. די מיסיס שאָר איז געווען בייז אויפן רבין : --- א רענדל אַ װאָרט! -- האָט זי געזאָגט. -- ניט ער רעדט אַלײן אַ װאָרט, און ניט ער לאָזט עמיצן אויס" ריידן, אַ ?סטעטיו" --- האָט זי אַ זאָג געטאָן און אַרײינגעלײגט דעם בריוו צו זיך אין ,פּאַקעטבוק", כדי איך זאָל אים ניט פאַרלירן, און האָט דעם גאַנצן וועג געטענה'ט, אַז אַזאַ רב האָט זי נאָך ניט אָנגעזען, ניט אין דער אַלטער חיים און ניט אין אַמעריקע. קאַ סטעטיו און דאַטס אֶל". מילא, זאָל זיין יע אַ סטעטיו, זאָל זיין ניט אַ סטעטיו, אַבי איך האָב שוין דעם בריוו.

מיסטער שאַמוט 3-טער פעברואַר,

דאַכט זיך, אַז דער טאַנטע האָט פאַרדראָסן, װאָס די מיסיס שאָר איז מיט מיר געגאַנגען צום רבי פינקל און האָט דערנאָך דערציילט פאַר אַלעמען, אַז דער רבי פינקל האָט אָנגעשריבן אַ לענגערן ,שיינע מאַרײינע", װי דער גאַנצער בריוו איז, און הלואי זאָל אַזאַ בריוו קענען עפּעס העלפן.

--- נו, װאָס הערט זיך עפּעס מיט דיינע ביזנעס? -- האָט די טאַנטע מיך אַ פרעג געטאָן כמעט מיט אַ שטאָך.

--- איך װעל היינט גיין צו דעם וייס פּרעזידענט פון דער געזעלשאַפט ,הילף פאַר פליכטלינגע", --- האָב איך געענטפערט דער טאַנטע, --- איך װעל אים געבן דעם בריוו פון רבי פינקל,

טאָגיבוך פון רבקה זילבערג 31

--- אַבי איך האָב געמיינט, אַז דו האַלסט עס פאַר אַ ,סיקרעט" פון מיר, -- האָט די טאַנטע אַ זאָג געטאָן

אַ מאָדנע זאַך: איך האָב זיך צוגעוואוינט פאַר דער צייט, װאָס איך בין אין דער פרעמד, צו דערשטיקן אין זיך יעדן כעס. עס האָט מיך אַ ברען געטאָן אין האַרצן אויף דער טאַנטע, װאָס זי האָט גאָר טענות צו מיר. זי איז דאָך די ערשטע געגאַנגען צו דער מיסיס שאָר זען עפּעס אַן עצה, וי פּטור צו ווערן פון דעם ,פליכטלינג",. און איצט שטעכט זי מיך מיט ;סיקרעט" אָבער דעם ברען אין האַרצן האָב איך איבערגעלאָזט פאַר זיך און צו דער טאַנטע האָב איך גערעדט רואיק. די טאַנטע אַליין װעט מיט מיר גיין צום ווייס פּרעזידענט, זאָגט זי. צו װאָס דאַרף מען באַמיען פרעמדע מענטשן? איך בין אַװעק צו דער מיסיס שאָר אָפּנעמען ביי איר רבי פינקלס בריוו. די מיסיס שאָר האָט געעפנט איר ;פּאַקעטבוק?, אַרויסגענומען דעם בריוו און האָט דערביי צו מיר געזאָגט:

--- דיין טאַנטע אַליין האָט מיך געבעטן אַז איך זאָל זען העלפן דיר געפינען אַרבעט, און איצט ויל זי גאָר אַלײן גיין צום ווייס פּרעזידענט , . . זי האָט מיך אַלײין געבעטן...

די מיסיס שאָר האָט דאָס מיר אַלץ דערציילט מיט אַ שטילן קול, מיט שושקעריי, מיט איין אויג אַביסל פאַרזשמורעט. זעט אויס, אַז נאָך דער מעשה מיטן האַרטן קעז און מיט דער בעסאַראַי בערקע, װאָס האָט ביי איר צוגענומען דעם חתן האָט זיך די מיסיס שאָר אויסגעלערנט אויפן גאַנצן לעבן אַז מענטשן טאָר מען ניט גלויבן, אפילו מיין טאַנטע אויך ניט, און דערפאַר טאַקע האַלט די מיסיס שאָר שטענדיק איין אויג אַביסל פאַרזשמורעט, צום ווייס פּרעזידענט האָבן מיר באַשלאָסן גיין אַלע זאַלבעדריט. איך, די מיסיס שאָר און די טאַנטע, אָבער מיסיס שאָרס גאַנג איז געווען אינגאַנצן אומזיסט. ביי דעם וייס פּרעזידענט האָט זיך אַרױיסגעװיזן, אַז מער וי צווייען לאָזט מען ניט אַרין צו אים אין אָפיס. האָט די מיסיס שאָר פאַררויכערט אַ סיגאַרעט און איז געבליבן זיצן אין װאַרט:צימער. זי האָט אַ זאָג געטאָן אויפן חשבון פון דעם ווייס פּרעזידענט, דאָס װאָס זי האָט געהערט פון דעם רב פינקל: אװעלוװל דער מצה רעדלער! אַ גאַנצער גענע-

32 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

ראַל! ער נעמט ניט אויף מער, וי צוויי מענטשן מיטאַמאָל . . . קיילעכדיקע מצות !" איך און די טאַנטע זיינען אַרײן צום וייס פּרעזידענט. /וויליאם שאמוט" איז געװען אָנגעשריבן אויף זיין טיר מיט גרויסע שװאַרצע אותיות אויף אידיש און אויף ענגליש.

דער ווייס-פּרעזידענט האָט געהאַט אַזאַ קיילעכדיק פּנים, אַז ער איז געווען מער ענלעך צו אַ פרוי אין די מיטעלע יאָרן, וי צו אַ ווייס פּרעזידענט. ער איז געווען זעט אויס, צופרידן פון רבי פינקעלס בריוו, און פון דעם טיטל, װאָס איז געווען אָנגעפּ קעוועט מיט פאַרשטריכלטע העברעאישע וערטער. מיסטער וי" ליאם שאַמוט האָט, זעט אויס, די פֿאַרשטריכלטע העברעאישע ווערטער ניט גוט צעקייט, ער האָט דעם בריוו אַװעקגעלײגט אויפן טיש און דעם לאַנגן טיטל אַ פּאָר מאָל אַ טאָפּ געטאָן מיט די פינגער. כווייס ניט פאַרװאָס, נאָר מיר האָט די גאַנצע צייט ניט אויפגעהערט זעצן אין האַרצן, ווען כ'בין געזעסן ביי אים אין אָפיס. דאָס איז ניט געווען קיין שרעק, נאָר אַ קלעמעניש. אָט װועט דער ווייס פּרעזידענט גאָרניט װועלן טאָן פאַר מיר, כאָטש איך בין אַ לובלינערין . . . אַז מיסטער שאַמוט איז פאַרטיק געװאָרן מיטן בריוו, האָט ער אַ קלאַפּ געטאָן מיט די פינגער אָן טיש:

--- ווער-זשע זיינט איר פון לובלין? פון די זילבערגס טאַקע?

און פּונקט וי דער רב האָט קיין זאַך ניט געפרעגט און קיין זאַך ניט געװאָלט ויסן, אַזױ פאַרקערט האָט מיסטער וױליאָם שאַמוט אַלץ געפרעגט און אַלץ געװאָלט וויסן.

--- איר זיינט רב מאָטיעלעס אַן אייניקל? און ואו איז אַהינגעקומען רב מאָטעליעס שיינע טאָכטער, סימעלע? סימעלע דאַכט זיך האָט זי געהייסן?

-- איך האָב אים געזאָגט, אַז איך בין סימעלעס אַ טאָכטער, און מיין מוטער עה"ש איז אומגעקומען, ווען די דייטשן האָבן באָמבאַרדירט לובלין.

מיסטער שאַמוט האָט, זעט אויס, זיך שוין אָנגעהערט מיט אַ סך מעשיות וועגן די צרות פון די אידן ;אויף יענער זייט", ער האָט אַפילו מיט קיין אויג ניט אַ פּינטל געטאָן ועגן מיין מוטערס טויט,

טאָגיבוך פון רבקה זילבערג 39

--- אַ שיין מיידל געווען, -- האָט ער געזאָגט. --- און איר זיינט עס דאָ, הייסט עס, אַ ;פליכטלינג" . .

מיסטער שאַמוט האָט געשמייכלט, פּונקט וי זיין אַ פליכטלינג װאָלט געווען זייער אַ פריילעכע זאַך. עס האָט זיך מיר אַ וויילע אַ דאַכט געטאָן, אַז ער איז זייער ענלעך צו אונדזער לובלינער חזנטע, און פּשוט ניט געקענט פאַרשטיין, װי קומט עס צו אַ ווייס פּרעזידענט. איבערן צימער האָט זיך צעטראָגן אַזאַ קלינגעריי אַז איך האָב זיך אָנגעהויבן אַרומקוקן איבער די טירן, נאָר מיסטער שאַמוט האָט גענומען רואיק דאָס טרייבל פון טעלעפאָן און האָט אַ זאָג געטאָן: ע,אין אַ פּאָר מינוט אַרום װעל איך זיין פאַרטיק. יאָ, איך קום באַלד". מיר איז געװאָרן מלאָסנע ביים האַרצן. װאָס זשע האָבן מיר געפּועלט מיט אונדזער גאַנג? מיטן בריוו פון רבי פינקל ? װאָס זשע ועט זיין מיט מיר? מיסטער שאַמוט האָט אַ ריר געטאָן דעם זייגער, װאָס איז געלעגן אויף זיין טיש און האָט מיך אָנגענומען ביי דער האַנט:

--- הערט, ליבינקע, איך האָב איצט אַ מיטינג און מוז באַלד גיין (מיסטער שאַמוט איז שוין געשטאַנען אויף די פיס). היינט האָבן מיר אַזױ גוט וי פרייטיק, קומט צו מיר מאָנטיק, וועלן מיר שוין עפּעס זען, אַהין אַהער, מיר וועלן שוין עפּעס טאָן פאַר אַ לובלינער.

מיסטער שאַמוט האָט מיך וידער גענומען ביי דער האַנט און מיר זיינען אַלע צוזאַמען אַרױס פון אָפיס. ‏ מיט עטלעכע טעג צוריק, אַז עדי האָט מיר אַ דריק געטאָן אַ פינגער, איידער ער איז אַװעקגעגאַנגען, האָט מיר דער פינגער געברענט ביז איך בין אַנשלאָפן געװאָרן און איצט, אַז מיסטער שאַמוט האָט מיך אָנ- גענומען ביי דער האַנט, האָב איך דערפילט אַ פייכטקייט, און ווען איך שעם זיך ניט פאַר דער טאַנטע װאָלט איך אָפּגעװישט די האַנט מיט אַ נאָזטיכל, נאָר איך האָב זיך אַרומגעזען אַז אַ סך זאַכן איז גלייכער צו פאַרשווייגן און ניט מאַכן קיין באַטרעף דער- פון,. מילא, עס ועט זיך שוין אַליין אויסטריקענען. די מיסיס שאָר איז שוין געווען אומרואיק,

--- נו, װאָס האָט געזאָגט דער מצה רעדלער? -- האָט זי אַ פרעג געטאָן.

34 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

-- שיש-שאַ! -- האָט זיך די טאַנטע צעשיקעט, -- שאַי מען דאַרף קומען מאָנטיק נאָך אַמאָל.

אין דער סאָבװויי פאָרן האָב איך זיך שוין אויסגעלערנט. עס טוט אַביסל יי דער קאָפּ, אָבער איך פאָר שוין װי אַלע פּאַי סאַזשירן,

איך טרעף מיין לערער שיינפעלד מאָנטיק, 96טער פעברואַר.

דאַכט זיך מיר, אַז מיסטער רובין איז געווען גערעכט, ועו ער האָט געזאָגט, אַז עס איז גרינגער צו קריגן אַ חתן איידער אַ דזשאַב. איך האָב זיך קוים דערװאַרט אויף מאָנטיק גיין צום ווייס-פּרעזידענט, מיסטער װויליאַםס שאמוט, הערן װאָס ער קען טאָן פונמיינעטוועגן --- ערשט איך קום היינט, ער איז ניטאָ.

,געקעטשט אַ קאָלד". ווען װעט ער זיין צוריק? -- פרעג איך דאָס מיידל װאָס נעמט אויף די באַזוכער אין װאַרטצימער. ערשט דאָס מיידל גיט עפּעס אַ זאָג מיט די צונטער אָנגעפאַרבטע ליפּן אויף ענגליש, און איך פאַרשטיי ניט אַ װאָרט װאָס זי רעדט. וי קען איך אַװעקגײן, אַז איך ווייס ניט ווען איך דאַרף קומען צוריק? בלייב איך שטיין און װאַרט אפשר ועט זי נאָך עפּעס זאָגן זי זיצט און איך שטיי. דערנאָך גיט זי ווידער אַ זאָג מיט די רויטע ליפּעלעך: , אַי טאָלד יו" און ווידער די פּאָר װערטער, װאָס איך הויב זיי ניט אָן צו פאַרשטיין. ,אַי טאָלד יו" פאַרשטיי איך שוין װאָס דאָס איז: איך הער דאָס ביי אונז אינדערהיים כסדר. די טאַנטע זאָגט אפשר פופצן מאָל אַ טאָג אַי טאָלד יו", סעלמאַ זאָגט אַלע וויילע ;אי טאָלד יו", מאַרװין זאָגט: ,אַי טאָלד יו". (נאָר דער פעטער זאָגט עס קיינמאָל ניט). און כאָטש איך וייס, אַז דאָס היײיסט: איך האָב דיר געזאָגט, דאַכט זיך מיר שטענדיק, אַז דער טייטש דערפון איז --- טשעפּע זיך אָפּ פון מיר. נאָר אויף דעם מיידל האָט מיר שוין פאַרדראָסן. זי זעט דאָך, אַז איך פאַרשטיי ניט, זאָגט זי צו מיר ווידער דאָס זעלביקע מיט אַ צולייג פון , אַי טאָלד יו". בלייב איך ווידער שטיין און גיי ניט אַװעק, ווייל איך ווייס נאָך אַלץ ניט, ווען איך דאַרף קומען צוריק. דע"

טאָגיבוך פון רבקה וילבערג 39

מאָלט עפנט שוין דאָס מיידל אירע גװאַלדיק רויטע ליפּעלעך און זאָגט צו מיר אויף אידיש:

---;איך האָב דיר געזאָגן, מיסטער שאַמוט האָט געקעטשט אַ קאָלד און ער האָט נישט געזאָגן ווען ער קאַם".

דעם אמת געזאָגט, האָב איך קיין כעס צו דעם מיידל ניט גע" פילט, בלויז די ליפּן אירע זיינען געווען צו-רויט אין מיינע אויגן און מיר האָט זיך געװאָלט אַרױיסנעמען מיין נאָזטיכעלע און אַביסל אָפּװישן די פאַרב, נאָר איך האָב דאָס ניט געטאָן. עס איז זייער גוט געווען, װאָס טאַקע אין דער רגע האָט מיך עמיצער אַ רוף געטאָן ביים נאָמען: --- רבקה! --- איך האָב גלייך דערקענט דאָס קול. דאָס קול האָב איך אַ סך מאָל געהערט, נאָר װער עס האָט מיך מיט דעם קול גערופן האָב איך זיך ניט געקענט דערמאָי נען. איך האָב בשום אופן ניט געטראַכט דאָ טרעפן מיין לערער שיינפעלדן, ער האָט מיר דערלאַנגט אַ האַנט. װי גװאַלדיק עס האָבן זיך געביטן זיינע הענט. דאָס האָט זיך מיר צום ערשטן געװאָרפן אין די אויגן, ווייל איך האָב גוט געדענקט, װי ער פלעגט שטיין ביים טאָװול און צייכענען געאָמעטרישע פיגורן. די דרייעקן, װאָס ער פלעגט מאַכן, שיין און גלייך, זיי פלעגן שטיין אויפן טאָול מיט אַ שאַרפן שפּיץ אַרױף, וי זיי זאָלן זיך קלייבן אַװעקפליען. ערשט האָט ער מיר דערלאַנגט אַ האַנט מיט שװאַרצע אַרומגע- פאַרבטע נעגל. ער איז אויך געקומען צו מיסטער שאַמוט און אויך וועגן אַרבעט, כאָטש ער האָט שוין אַ שטיקל , דזשאַב", ער װאַשט אַלטע לעפל אין אַ פאַבריק, וואו זיי ווערן איבערגעמאַכט אויף נייע, ;/סעקאָנדהענדיקע" רופט ער זיי. ער װאַשט זיי מיט אַזאַ זאַלץ, װאָס מאַכּט שװאַרץ די נעגל. דאָס האָט ער מיר גע- זאָגט, ווען ער האָט באַמערקט, אַז איך קוק אויף זיינע הענט. ער וויל זיך לערנען ענגליש און האָט ניט קיין צייט. וװען ער קומט פון דער אַרבעט האָט ער קיין כח ניט. קיין יונגערמאַן איז מען שוין ניט", האָט ער געזאָגט איינפאַך, װוי מען רעדט פאַר אַ שוועסטער. און ער האָט צוגעגעבן: ,אייך איז גוט, איר זיינט נאָך יונג?. זאָגט ער, אַז איך בין יונג און די מיסיס שאָר זאָגט, אַז איך בין שוין אַן אַלטע מױיד אין אַמעריקע און איך זאָג, אַז סייוויסיי איז מיר ניט גוט,

0 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

אַ יע ברה מיטװאָך, 28-טער פּעברואַר.

סעלמאַס , באָי?, עדי, איז גאָר אַ נייע צרה פאַר מיינעטוועגן ער איז היינט אַראָפּנעקומען און האָט מיך אָנגעהויבן פאַרהערן אין ענגליש. ,האַו דו יו ספּעל אַ טעיבל", (וי לייגסטו אס ;טעיבל" ?), און ;האו דו יו ספּעל אַ טשער" ? (און װוי לייגסטו אויס ,טשער"?). פון אָנהויב האָב איך אים געענטפערט, דערנאָך האָב איך דערזען, אַז דאָס גאַנצע הויז שטייט אין פּלאַמען. סעלמאַ האָט געפייערט. זי האָט זיך גענומען זוכן עפּעס אַ שערעלע און האָט געװאָרפן די שאַכטלעך, די , באַקסעס" אירע מיט אַזאַ אימ- פּעט, אַז דאָס גאַנצע הויז האָט געדונערט. די טאַנטע האָט אַלע מאָל אַרײנגעװאָרפן אַ ווערטל: די , טיטשערקע" (לערערקע) וװעט שוין זי אויסלערנען, , דאָן באַדהער" (עסק זיך ניט). --- דערנאָך האָט גאָט געהאָלפן, אַז די מיסיס שאָר האָט מיך אַ רוף געטאָן, זי דאַרף מיך אויף עפּעס, איך האָב זיך אַרױסגעכאַפּט פון שטוב, האָב איך געפילט, וי אַלע גלידער ברענען מיר אַזויװי אַ פייער. מסתם האָט די טאַנטע זי געבעטן אַז זי זאָל מיך אַװעקרופן ווייל איך האָב געהערט, וי די טאַנטע האָט געקלאַפּט מיט די טירן, אַז די מיסיס שאָר האָט מיך אַ רוף געטאָן, האָב איך באַמערקט, אַז עדי איז געבליבן אַן אָפּגעקאָכטער, ער האָט אַ דריי געטאָן די ראַדיאָ, און די ראַדיאָ האָט אָנגעהױבן קוויטשען און זיך איבעררייסן. דער פעטער, װאָס האָט געלייענט די צייטונג און האָט גענומען זיין , װאַקײשאָן" (װאַקאַציע) אויף שוייגן -- האָט אַ קרעכץ געטאָן, און מיך האָט עס אַ שטאָך געסאָן אין האַרצן, כאָטש טיף האָט מיר הנאה געטאָן, װאָס עדי וויל ניט, אַז איך זאָל אַװעקגײן. די מיסיס שאָר האָט מיך באַדאַרפט אויף גאָרניט מיט גאָרניט. זי האָט מיר געזאָגט, אַז מאָרגן גייט זי קויפן אויף אַ , סייל" (אױיספאַרקויף), זאָל איך מיט איר מיטגיין און צוריקגייענדיק װעלן מיר זען, צי מיסטער שאַמוט איז שוין אין אָפיס. די מיסיס שאָר האָט אַ זאָג געטאָן --- זיץ אַביסל, --- און אַליין איז זי אַריין אין קיך, זיך דאָרט ביי עפּעס אַ וויילע געפּאָרעט. איך בין געבליבן זיצן אַנטקעגן דער טערקישער פּרינצעסן מיט

טאָגיבוך פון רנבקה זילבע רג 37

דער קרוין, װאָס היינגט ביי דער מיסיס שאָר אויפן װאַנט. מיר דאַכט זיך, אַז די טערקישע טּרינצעסן מיט דער קרוין קומט מיר שטענדיק פאַר די אויגן, ווען מיר איז ניט גוט אויפן האַרצן, און זי טרייסט מיך, אַז זי זיצט אויך געפאַנגען ביי דער מיסיס שאָר אין הויז.

די מיסיס שאָר איז אַרײינגעקומען פון קיך מיט אַ פּאַפּיראָס אין מויל, זי האָט אַביסל, װוי געוויינטלעך, אַ זשמורע געטאָן איין אויג און האָט אַ זאָג געטאָן, מיר האָט זיך געדאכט, מיט אַ בעטנדיקער שטים:

-+ רבקהלע, מאַך ניט קיין איבעריקע עסקים מיט עדין.

-- אָט האָסטו זיך אַ נייעם גוט שבת, --- האָב איך אַ טראַכט געטאָן,. און די מיסיס שאָר האָט זיך גערעדט וייטער: --- ער איז אַ ,דזשיריבאָג", עדי, זאָלסט וויסן זיין, היינט שפּרינגט ער אַהער און מאָרגן שפּרינגט ער אַהין, דו קענסט נאָך ניט די היגע באָיעס".

מיר איז הייס געװאָרן אין פּנים און איבערן גאַנצן לייב זיינען מיר דורכגעלאָפן כװאַליעס. װאָס בין איך שולדיק, אויב עדי וויל מיך לערנען , ספּעלינג"? --- װאָס הייסט אַ , דזשיריבאָג?" --- האָב איך אַ פרעג געטאָן די מיסיס שאָר. -- פרעג ניט, -- האָט זי געזאָגט, -- דאָס איז ניט קיין צדיק, אַ דזשיריבאָג איז אַ דזשיריבאָג, מער פרעגן האָט מיר ניט געפּאַסט, נאָר איך האָב פאַרשטאַנען, אַז קיין גוטע זאַך איז דאָס ניט, און אַז פון חבר'ן זיך מיט אַ , דזשיריבאָג" קומט קיין גוטס ניט אַרױס. איך וייס ניט, צי בין איך אין כעס אויף דער מיסיס שאָר, צי ניט, נאָר איך ווייס, אַז עס איז מיר ענג אין האַרצן און אויף דער ועלט. װאָס איך טו טויג ניט. און דער עדי איז גאָר אַ נייער צושלאָג צו מיינע צרות. פונדעסטוועגן, װאָלט איך זייער וועלן וויסן, װאָס הייסט אַ , דזשיריבאָג"?

זיך געדרייט, געדרייט און אין קונע פאַרדרייט דאָנערשטיק 29-טער פעברואַר.

אָט דאָס הייסט אַ משוגענער טאָג. מיסטער שאַמוט איז שוין גאָט צו דאַנקען געזונט געװאָרן. ‏ די מיסיס שאָר איז מיט מיר גע"

38 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

גאַנגען צו אים. מיסטער שאַמוט האָט אַלײן אַן עפן געטאָן די טיר פון זיין אָפיס און האָט מיך אַ רוף געטאָן מיט אַ פינגער, איז די מיסיס שאָר געבליבן זיצן, דערנאָך האָט זי זיך אויך אַ הויב געטאָן, דערנאָך האָט זי זיך ווידער צוגעזעצט. -- קומט, קומט ביידע אַרין, --- האָט זי מיסטער שאַמוט אויך אַ רוף געטאָן, און מיר זיינען ביידע אַריין צו מיסטער שאָמוט אין אָפיס. מיסטער שאַמוט האָט מיר געוויזן אויפן האַלדן: --- אַ ,קאָלד", נאָך באַ- דאַרפט בלייבן זיצן אַ טאָג אינדערהיים, נאָר מ'קען ניט... דאָײ. --- ער האָט אַ ויז געטאָן מיט דער האַנט אויפן אָפִיס. ‏ די ערשטע זאַך האָט מיסטער שאַמוט אָפּגערופן צום רב פינקל. צום רב האָט מיסטער שאָמוט גערעדט מיט העברעאישע ווערטער: --- אייער שליח'טע איז דאָ, --- האָט ער אַ זאָג געטאָן, -- רב מאָטיעלע זילבערגס אייניקל . . . איך װעל זי שיקן צו פּינחס הערשן, דעם קצבס, יע . . . יע, ער איז שטיין רייך . . . ער האָט אַ פּעקטאָרי פון גלאָווס. איך ויל, רבי, אַז איר זאָלט זיך מטריח זיין צו אים אויך אָפּרופן. יע . . . אויפן טעלעפאָן. ער ועט פאַר אייך דרך ארץ האָבן . . . איך על אים אָנשרייבן אַ בריוו . . , הלוואי זאָל מצליח זיין . . . נו, דער רבי פינקל װעט אויך העלפן, -- האָט מיסטער שאַמוט צו מיר געזאָגט, -- און איר ווייסט צו וועמען מיר שיקן אייך? אויך טאַקע אַ לובלינער . .

אַ דבר אחר איינער אין דער וועלט . . . אַ קצב יונג, איז דאָ גע- װאָרן שטיין רייך . . . איר הערט, -- מיסטער שאַמוט האָט מיך אָנגענומען ביי דער האַנט, ער האָט אָנגעהויבן לאַכן אויפן קול, און לאַכנדיק האָט ער אַ ריר געטאָן דעם זייגער, װאָס ליגט ביי אים אויפן טיש (ער האָט נאָך הייסט עס צייט). -- איר הערט... אָטידעם פּנחס הערש, װאָס מיר שיקן אייך צו אים, האָט מען גע- רופן אין לובלין ;פּנחס הערש מיט דער אוגערקע". -- מיסיס שאָר האָט אָנגעהויבן לאַכן, זי האָט געװאָלט עפּעס זאָגן, נאָר מיס- טער שאַמוט האָט זי ניט געלאָזט. ער האָט וייטער דערציילט און האָט דערביי אַליין געלאַכט. --- מען האָט אים איינמאָל געכאַפּט אין שפּײיכלער טאַנצנדיק מיט אַן אוגערקע. מער האָט מען אין לובלין ניט געדאַרפט . . . --- די מיסיס שאָר האָט ווידער געװאָלט עפּעס זאָגן, נאָר מיסטער שאַמוט האָט זי ווידער ניט געלאָזט: --

טאָג-בוך פון רבקה זילבצרג 39

אין לובלין איז געווען אַ שיין מיידל, חנקע מאָסטאָװליאַנסקי אַ קירזשנערס אַ טאָכטער, אָבער אַ קראַסאַװיצע, זי האָט ליב געהאַט טאַנצן אַ פּאָלקע מאַזורקע. און דער פּנחס הערש האָט געפּגרט פאַר איר. האָט ער זיך געװאָלט אויסלערנען אַ פּאָלקע מאַזורקע און טאַנצן מיט חנקע מאָסטאָװליאַנסקי. איינמאָל פרייטיק צו נאַכט, צו דער וועטשערע, שיקט מען פּנחס הערשן אין שפּײיכלער ברענגען אַ זויערע אוגערקע צום פלייש, זיצט מען ביים טיש, דער טאַטע זיינער שמעון דוד דער קצב, און די מאַמע זיינע, פאַרגעסן וי זי האָט געהייסן, הינדע . . . יע, הינדע האָט זי געהייסן. זיצט מען אַלע און מען װאַרט אויף דער אוגערקע. דאָס פלייש ווערט קאַלט און שמעון דוד איז הונגעריק, און פּנחס הערש מיט דער אוגערקע איז ניטאָ. גיט אַ שפּרונג זיין שװועסטערל ציפּקע און כאַפּט זיך אַריין אין שפּייכלער און דערזעט . . . װאָס מיינט איר? וי פּנחס הערשט האַלט אין האַנט אַן אוגערקע און טאַנצט מיט איר . . . אַ פּאָלקע מאַזורקע. און גראָד אין דער רגע, ווען ציפּקע איז אַרײין האָט פּנחס הערשט זייער איידל געהאַלטן די אוגערקע און האָט זיך געדרייט מיט איר אַרום דער פאַס. ציפּקע האָט די מעשה צעקלונגען איבער דער גאַנצער שטאָט, אַז פּנחס הערש האָט געטאַנצט מיט אַ זויערער אוגערקע אַ פּאָלקע מאַזורקע. נאָך דער מעשה האָט חנקע מאָסטאָװליאַנסקי ניט געװאָלט אַ קוק טאָן אין זיין זייט, און די גאַנצע שטאָט האָט אים אַ נאָמען געגעבן ;פּנחס הערש מיט דער אוגערקע". דער יונג האָט געמוזט עוקר זיין קיין אַמעריקע, און דאָ איז ער נעבאַך געװאָרן שטיין רייך און מען רופט אים מיסטער רובין, און ער האָט אַ פעקטאָרי פון גלאָװס . . . מיר האָט אַזש פאַרכאַפּט דער אָטעם. מען שיקט מיך, הייסט עס, צוריק צו דעם זעלבן מיסטער רובין . . . מיסטער שאַמוט האָט אַריינגערופן דאָס מיידל מיט די צונטער רויטע ליפּעלעך, ער האָט צו איר געזאָגט אַ פּאָר ווערטער אויף ענגליש. איך האָב געהערט מיין נאָמען און מיסטער רובינס נאָמען. פאַר די אויגן האָט זיך מיר געדרייט אַ קאַראַהאָד: רבי פינקל, מיסטער שאַמוט, פּנחס הערש מיט דער אוגערקע . . . זעט אויס, אַז איך האָב זיך אַ וויילע פאַרטראַכט. די מיסיס שאָר האָט מיך אַ ריר געטאָן ביים אַקסל, מיסטער שאָמוט איז שוין געשטאַנען, ער האָט מיר געזאָגט,

40 פון לובלין ביז גיו:יאָ רק

אַז דאָס מיידל װועט אונדז שוין געבן דעם בריוו צו מיסטער רובין. ער האָט אונדז אַרױסבאַגלײט צו דער טיר און האָט אַ רוף געטאָן: -- נעקסט ! --- צו אים אין אָפיס איז אַרײן אַ איד מיט אַ באָרד, מיט רחמנתדיקע אויגן, װאָס איך קען זיי ניט פאַרגעסן. ווער ווייס? אפשר האָב איך אויך געהאַט אַזעלכע רחמנותדיקע אויגן, ווען איך בין אַרױס פון מיסטער שאַמוטס אָפיס ? דאָס מיידל מיט די רויטע ליפּעלעך האָט אונדז דערלאַנגט דעם בריוו, מיסיס שאָר האָט איר געזאָגט , דענק יו". איך בין געווען צומישט. איך טראָג שוױן גאָט צו דאַנקען צוריק אַ בריוו, און דאָס מאָל פון ווייס פּרעזי- דענט צו מיסטער רובין . . . זיך געדרייט, געדרייט און אין קונע פאַרדרייט,. מאָרגן װעל איך פונדעסטוועגן גיין צו מיסטער רובין מיטן בריוו. װאָס דען דאַרף אַ , פליכטלינג" פיס?

חלומות 2טער מערץ.

דער בריוו צו מיסטער רובין ליגט ביי מיר אין טאַש און איך ווייס ניט װאָס צו טאָן מיט אים. מיסיס שאָר און די טאַנטע זאָגן, אַז איך מעג דעם בריוו גלייך אַרױסװאַרפן און זוכן אַרבעט ערגעץ אַנדערש. און דער אָנקל האָט אַ זאָג געטאָן;: -- זאָל זי גיין, מען קען ניט וויסן, אפשר קען עס גראָד העלפן . . . -- ער האָט דערביי אַ מאָדנעם שמייכל געטאָן, איך ווייס ניט צי פון מיר מיט מיינע בריוו, צי פון עמיצן אַנדערש. מאָרגן װעל איך מיטן בריוו, פונדעסטוועגן, זיך לאָזן צו מיסטער רובינען. אמת איז, אַז אַלץ װאָס איך טו ליגט מיר גאָרניט אין זינען. היינט געזען אין ציי- טונג, װאָס מען מאַכט פון די אידן אין לובלין. נאָר איך האָב דאָס נאָך פריער געוואוסט, מיר האָט זיך נעכטן געחולמט, אַז איך זע מיין ברודער, מיכלען, שטיין טויט ווייס, און אינמיטן דערינען האָט ער געטאָן אַזאַ װוילדן שפּרונג, וי פון אַ גרויסן ווייטיק. ביי מיר האָט זיך אָפּגעריסן דאָס האַרץ, און איך האָב זיך אויפגע- כאַפּט. טרערן זיינען ביי מיר געלאָפן אַזױ שנעל, אַז איך האָב זי ניט געקענט אָפּשטעלן, איך האָב געעפנט מיין טאַש, געװאָלט נעמען מיין נאָזטיכעלע און איך האָב דערזען מיסטער שאַמוטס בריוו.

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 41

--- גי צום טייוול! --- האָט זיך ביי מיר אַרױסגעכאַפּט, קוקנדיק אויפן בריוו,

איך בין ניט געווען אין כעס, נאָר דער בריוו איז מיר אין דער רגע געווען זייער איבעריק, כאָטש נעם און װאַרף אים אַרױס פון טאַש. זעט אויס, אַז עס זיינען ניטאָ קיין שטילע טרערן די טאַנטע האָט דערהערט, אַז איך וויין (כאָטש מיר האָט זיך גע- דאַכט, אַז איך וויין זייער שטיל) האָט זי פון איר צימער שטיל אַ שעפּטשע געטאָן צו מיר: --- שלאָף, רבקה, שלאָף, קענסט גאָרניט העלפן,. שלאָף בעסער! -- אַז די טאַנטע האָט עס צו מיר געזאָגט, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז די מאַמע עה"ש רעדט עס צו מיר, און אַז איך בין שפּעטער איינגעשלאָפן, האָב איך טאַקע געזען די מאַמע עה"ש וי זי זיצט לעבן מיין בעט און זי זאָגט: --- שלאָף, רבקהלע, שלאָף, קענסט גאָרניט העלפן, שלאָף בעסער! -- עס איז גוט כאָטש אין חלום צו זען דער מאַמען, עס איז מערניט אַ גרויסער שאָד, װאָס אַ חלום אַנטלויפט.

די מזלדיקע בלום זונטיק, 3-טער מערץ.

סעלמאַ איז היינט געשטאַנען צוויי מיט אַ האַלבע שעה ביים שפּיגל. (מיר זיינען היינט געגאַנגען צום פעטערס ברודערס טאָכ- טער אויף דער חתונה). די טאַנטע איז געשטאַנען ביים שפּיגל בלויז איין האַלבע שעה. סעלמאַ האָט אַ נאַטור צו אויספּרובירן די האָר, , טו טריי". האָט זי פריער געמאַכט דעם שרונט אינמיטן איז אַרײינגעקומען די מיסיס שאָר און האָט געזאָגט, אַז דער שרונט אינמיטן מאַכט זי עלטער אפשר אויף פינף יאָר. האָט סעלמאַ געמאַכט דעם שרונט אָן אַ זייט -- האָט די טאַנטע געזאָגט, אַז זי זעט אויס, װי די בראָנזװוילער רבצין. האָט סעלמאַ געגעבן א שמיץ דעם קעמל און איז אַװעק איבעראַנײס אין ביוטי-פּאַרלאָר (כאָטש אינדערפרי איז זי דאָרט אָפּגעזעסן צויי שעה). זי איז געקומען צוריק מיט דריי שטאָק גרייזלעך איינס איבערן אַנדערן און אויפן דריטן שטאָק איז געווען אַרײנגעשטעקט אַ רויז. אַלע האָבן געזאָגט: ,ווערי נייס" (זייער שיין) און סעלמאַ האָט גענו"

42 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

מען אָנטאָן די , דרעס" (דאָס קלייד). איך האָב אויך אָנגעטאָן מיין דרעס" און איך האָב פאַרלייגט די צעפּ אַרום קאָפּ. (איך טראָג מיינע צעפּ, איך האָב פיינט גיין געשאָרן). די מיסיס שאָר האָט אַ זאָג געטאָן: --- ,, בעליוו מי" (גלויב מיר), רבקה דאַרף ניט קיין ביוטי- פּאַרלאָר. --- סעלמאַ האָט זיך אָנגעצונדן, זי האָט עפּעס געזאָגט אויף ענגליש, און די מיסיס שאָר האָט זיך אַזױויװי פאַר- ענטפערט: -- ;סטײיליש" (מאָדיש) איז דאָס ניט , סטייליש", --- סעלמאַ און מאַרווין זיינען אַװעק פריער. צו מיר האָט סעלמאַ געזאָגט: --- , דו װעסט גיין מיט די טאַטע". -- די טאַנטע האָט מיר דערקלערט: -- זי ויל ניט קומען מיט קין ,באָנטש" (חברה). -- דער אָנקל האָט אַ זאָג געטאָן: -- אַ סך וייס זי װאָס זי װויל . . . טאַטע-מאַמע איז אַ , באָנטש"! -- די טאַנטע האָט עפּעס געזאָגט אויף ענגליש, זעט אויס פאַרענטפערן סעלמאַן. די מיסיס שאָר איז אַװעק צו זיך און האָט געבראַכט פאַר מיר אַ ליליא סאַמעטענע בלום ‏ -- דאָס איז אַ מזלדיקע בלום, איין מיידל איז שוין צוליב דער בלום געװאָרן אַ כלה. -- איך האָב געזען, אַז די מיסיס שאָר איז טאַקע גוט צו מיר, און די בלום, װאָס זי האָט מיר געגעבן איז טאַקע געווען מזלדיק. אויף דער חתונה איז געקומען עדי אויך. ווען סעלמאַ האָט געטאַנצט מיט מאַרװינען איז ער צוגעגאַנגען צו מיר און האָט געזאָגט: --- ,אַי לאַיק יו מאָר" (איך האָב דיך ליבער . . . ) -- ער האָט זיך פאַרהאַקט און דערנאָך צוגעגעבן -- , דען עני װאָן" (װוי עמיצן אַנדערש). -- די טאַנטע איז צוגעקומען, די טאַנטע קומט שטענדיק צו, ווען איך רייד מיט עדין. עדי איז אַװעק טאַנצן מיט סעלמאַן, איך האָב מיט קיינעם ניט געטאַנצט, גענוג פאַר מיר, אַז איך בין גע- גאַנגען אויף אַ חתונה. עס איז נאָך קיין יאָר ניטאָ, אַז די מאַמע עה"ש איז אַװעק. זי איז מיר פון קאָפּ ניט אַרױס דעם גאַנצן אָוונט עדיס חבר, , רעד", האָט זיך צו מיר צוגעטשעפּעט, אַז איך זאָל טרינקען מיט אים פון איין גלעזל. איך האָב פאַרזוכט אַביסל וויין פון זיין גלעזל, און ער האָט עפּעס געזאָגט צו מיר אויף ענגליש. די טאַנטע האָט מיר פאַרטייטשט, אַז איצט דאַרף איך אים אַלץ פאָלגן, דעם ,רעד", וייל איך האָב פאַרזוכט פון זיין גלעזל. איך האָב זיך דערמאָנט פון דער אַקטריסע, וי זי פירט

טאָגיבוך פון רב קה זילבצרג 43

די מענער אין באָד אַרײן, און ווען די טאַנטע איז אַװעק זאָגן מזל טוב דער מחותנתטע, האָב איך געזאָגט צו ,רעדן" דאָס זעל- ביקע, װאָס עדי האָט מיר געזאָגט: , אַי לאַיק יו מאָר, דען עני װאָן". ,רעד" איז געווען זייער צופרידן, און איך האָב געזען, וי עדי האָט אויף אונדז געקוקט, כאָטש ער האָט געטאַנצט מיט סעל" מאַן, און ביי סעלמאַן איז געווען אָנגעבלאָזן דער גוידער. איך בין צוגעגאַנגען צום שפּיגל, און דערזען דער מיסיס שאָרס מזלדיקע בלום, װאָס מען ווערט מיט איר אַ כלה . . . דער אָנקל האָט מיר געבראַכט אַ סענדוויטש און אַביסל וויין, ער האָט געזאָגט,. -- שעם זיך ניט, עס, איך האָב זיי דערלאַנגט 18 טאָלער אין אַן ענ- װעלאָפּ. --- דער אָנקל איז אַ גוטער, ער רעדט ניט קיין סך, נאָר איך ווייס, אַז ער געדענקט וועגן מיר, כאָטש די טאַנטע איז דער מאַמעס עה"ש שװועסטער. דער ,רעד" האָט מיר געזאָגט, אַז ער וועט מיך אויסלערנען ריידן ענגליש. איך ווייס, אַז דאָס איז צוליב מיסיס שאָרס מזלדיקער בלום.

ענגליש דינסטיק, 4טער מערץ.

אויף אַזאַ זאַך האָב איך זיך אינגאַנצן ניט געריכט. מיסטער רובין האָט גאַנץ אויפמערקזאַם איבערגעלייענט דעם בריוו פון דעם ווייס-פּרעזידענט, מיסטער שאַמוט, װאָס איך האָב צו אים געבראַכט, ער האָט מיר געזאָגט, אַז רבי פינקל האָט אים אויך אָפּגערופן אויפן טעלעפאָן, און מיסטער רובין האָט אים צוגעזאָגט עפּעס טאָן פון מיינטוועגן,. --- װאָס איך על מיט אייך טאָן איז אסור אויב איך ווייס, אָבער צוגעזאָגט איז צוגעזאָגט, --- האָט איבערגע- חזרט אַ פּאָר מאָל מיסטער רובין. --- רבי פינקל איז באַשטאַנען אַז איך זאָל אים מבטיח זיין, װאָס קען מען טאָן? צוגעזאָגט איז צוגעזאָגט , . . אין צוויי װאָכן אַרום האָט חתונה דאָס מיידל, װאָס קלייבט די , פּיסעס" אין דער פעקטרי, צען דאלער אַ ואָך מאַכט זי דערפון נאָר מען מוז קענען ענגליש. אַז איינע, אַן אַפּרײיטערקע גיט אַ רוף: קקאַם אָװער היר" (קום אַהער), מוז מען וויסן װאָס דאָס מיינט, און אַז אַ צווייטע גיט אַ רוף ,טעיק איט עוועי" (נעם עס אַװעק!), מוז מען וויסן װאָס זי מיינט. און אַז אַן אפּרייטערקע

44 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

איז ,נוירוועז" (נערוועז) און צעשרייט זיך: ,אַם סיק ענד טייערד אָף דע דאָסט!" (איך בין טויט מיד פון דעם שטויב), מוז מען אויך פאַרשטיין װאָס דאָס מיינט. --- עס איז געבליבן, אַז איך מוז זיך שטאַרק נעמען לערנען ענגליש און װאַרטן אַז דאָס מיידל, װאָס קלייבט די שטיקלעך ביי מיסטער רובין אין דער פּעקטאָרי זאָל אם ירצה השם חתונה האָבן, און חס וחלילה ניט אָפּלײיגן די חתונה, מיסטער רובין האָט דעם ציגאַר זיינעם אינגאַנצן ניט געפּיפּקעט. זעט אויס, אַז דער ציגאַר זיינער האָט זיך אוױיסגעלאָשן, בלויז אַ גרוי רייפעלע אַש איז געווען אויפן שפּיץ, אָבער קיין סימן ניט פון קיין גלי, דער מיסטער רובין האָט זיך ניט געקענט אײנהאַלטן און האָט געזאָגט: --- דערווייל קאָסט מיר שוין דער עסק אַ 28-ער, איידער װאָס, איידער ווען. אָפּגערופן האָט מיך דער רבי פינקל וועגן דיר, אָבער דערווייל האָט ער שוין פאַרװאָרפן אַ װאָרט וועגן דער ישיבה. די ישיבה האָט איצט אויסצוהאַלטן אַ נייעם רבי, אויך אַ פליכטלינג, דעם נאָװאָטעפּליצערס אַ זון, נו, האָב איך געזאָגט, ער זאָל צושיקן דעם שמש װעל איך אים געבן אַ 95"ער. מיינסטו דער שמש האָט אָפּגעלײגט חלילה אויף מאָרגן? הויבט זיך ניט אָן, ער איז באַלד געקומען אַזױװי מיט אַן עראָפּלאַן . . . האָב איך אים אויסגעשריבן דעם טשעק. צוגעזאָגט איז צוגעזאָגט . . .

די מיסיס רובין איז היינט אויך אַרומגעגאַנגען מיט די מאַשינ- קעס אין קאָפּ אויף גרייזלען די האָר. זי איז געווען פאַרטאָן מיט איבערוואַשן דאָס גלאָזװאַרג. זי איז געווען אויפגעלייגט, האָט הנאה געהאַט פון עפּעס און האָט אַלע וויילע אַ זאָג געטאָן: --- פאַרװאָס זאָלן זיי ביי דיר ניט נעמען? ביי װעמען דען זאָל מען נעמען? ביי דעם װאָס האָט ניט? --- און צו מיר האָט די מיסיס רובין אַ זאָג געטאָן; -- רבקה, איך האָב פאַר דיר סאַפּער (וועטשערע), װועסט עסן מיט אונדז. --- ווען די מיסיס רובין האָט דערלאַנגט רייז פּודינג האָט זי אַ לאַך געטאָן?: -- אין לובלין האָט מען קין רייז פּודינג ניט געגעסן . . . און קיין רייז פּודינג מיט דזשעלע אוודאי ניט. --- מיסטער רובין האָט זיך, זעט אויס, אָן עפּעס דערמאָנט: --- קיין רייז פּודינג מיט דזשעלע האָט מען טאַקע אין לובלין ניט געגעסן, אָבער שיינע מיידלעך זיינען אין לובלין געווען קראַסאַװיצעס . . .

טאָגי-בוך פון רב קה זילבערג 48

איך האָב זיך דערמאָנט וועגן חנקע מאָסטאָװליאַנסקי, װאָס פּנחס הערש, מיסטער רובין הייסט עס, האָט צוליב איר געטאַנצט אַ פּאָלקע מאַזורקע מיט אַן אוגערקע . . . איך האָב זיך קוים איינגע- האַלטן פון געלעכטער, נאָר צו מיין גרויסער פאַרוואונדערונג האָט מיסטער רובין אַלײין דערמאָנט די חנקע מאָסטאָװליאַנסקי. -- געווען אין לובלין דעם קירזשנערס אַ טאָכטער, חנקע, איז אין ניודיאָרק ניטאָ אַזאַ שיין מיידל . . . --- פאָרן אַװעקגײן האָט מיר די מיסיס רובין אַ זאָג געטאָן; -- דו זוך פונדעסטוועגן דערווייל אַ דזשאַב, ווייל קיין גרויסע מציאה איז ניט קלייבן די , פּיסעס" ביי מיין מאַן אין פעקטאָרי. -- אינדערהיים האָב איך געפונען אויפן בעט אַן ענגלישן ,רידינג בוק" (אַ כרעסטאָמאַטיע). זעט אויס, אַז דער ,רעד" איז געקומען מיך לערנען ענגליש, נאָר קיי- נער האָט מיר ניט געזאָגט וועגן דעם, און איך האָב ניט געװאָלט איבערפרעגן. מען קען נאָך מיינען, אַז איך לויף נאָך נאָך אים. נאָר ווער דען האָט מיר געקענט איבערלאָזן דעם , רידינג בוק" אויפן בעט? נישט אַנדערש וי רעד".

דער ערשטער דאָלער מיטװאָך, ?טער מערץ.

מיין וויינען, גלאַט אַזױ אין דער ועלט אַרײן, איז פּראָסט: פּשוט אַן אומגליק. דער אָנקל האָט היינט געבראַכט פאַר מיר אַ קעסטל זאָקן. ער איז געווען ביי זיינעם אַ קאָסטאָמער (אַ קונה) און ביי יענעם איז גראד געװען אַ סעיל (אױספאַרקויף) פון זאָקן, האָט ער גענומען דריי קעסטלעך: איינס פאַר דער טאַנטע, איינס פאַר סעלמען און איינס פאַר מיר. װאָס איז דאָ פאַראַן צו וויינען? סעלמאַ האָט אַ קוק געטאָן אויף די זאָקן און האָט אַ זאָג געטאָן;: -- ,טענקס, פּאַ!' -- די טאַנטע האָט זיך געכאַפּט ביים קאָפּ, װאָס דער פעטער האָט אויסגעגעבן אַזויפיל געלט אויף זאָקן. --- אַ זאָקדיאַריד, -- האָט די טאַנטע געזאָגט, -- דריי קעסטלעך זאָקן . . . אַ נס װאָס עס איז דאָרט ניט געווען קיין סעיל אויף ווייבער . . . אַבעטשע (איך קען זיך װעטן), דו װאָלסט אַראָפּגעבראַכט אַ האַלבע טוץ אידענעס אין שטוב אַריין . . ., --

46 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

און אַז דער אָנקל האָט מיר דערלאַנגט מיין קעסטל זאָקן און איך האָב אים געװאָלט זאָגן אַ דאַנק, האָבן זיך טרערן אַ שפּאַר געטאָן אין האַלדז אַרײן און איך האָב אָנגעהויבן וויינען.

--- ווען איך ווייס אַז דו דאַרפסט די זאָקן באַװיינען,. -- האָט דער פעטער אַ לאַך געטאָן, --- װאָלט איך דיר שוין געקויפט צוויי ;באַקסלעך" מיטאַמאָל, װאָלט כאָטש געווען כדאי די טירחה . . .

די טאַנטע האָט אָנגעהויבן לאַכן, און איך האָב אויך וויינענדיק אַ לאַך געטאָן, און ס'איז אַרױיסגעקומען ניט געװויינט און ניט געלאַכט, פּשוט אַ חרפּה. אין אָװונט איז געקומען , רעד" און די טאַנטע האָט אים דערציילט, אַז איך האָב שוין אַ , דזשאַב", קלייבן די , פּיסעס" אין רובינס פּעקטאָרי, נאָר סע פעלט מיר ענגליש. דער ;רעד" האָט גלייך אָנגעהויבן לערנען מיט מיר דעם ענגליש, װאָס איך געברויך פאַר מיין דזשאַב. , קאַם אָװער היר" ---‏ קום היר", --- האָט ער גלייך פאַרטייטשט אויף זיין אידיש. --- , דאָנ'ט בי לעיזי? --- זיי ניט אַ לייזי (פויל), --- האָט דער ,רעד" מיט מיר ווייטער געקנעלט,. -- ,טעיק איט איזי' -- נעם דאָס איזי (גרינג), --- האָט ;רעד" געטייטשט אויף אידיש. אינמיטן דער ,לעקציע" איז געקומען עדי. זיי האָבן ביידע מיך אָנגעהויבן לערנען , ספּעלן" (אויסלייגן). בין איך געזעסן אינמיטן מיט אַ שטיקל פּאַפּיר און מיט אַ בלייפעדער אין האַנט, און ביידע רביים מיינע פון ביידע זייטן, --- אַ גאַנצער חדר, -- האָט די טאַנטע געשפּאַסט, נאָר סעלמאַ איז געווען אָנגעבלאָזן,. --‏ דאַטס פו" ליש" (דאָס איז נאַריש), האָט זי געזאָגט,. איך ווייס שוין, אַז סעלמאַ זאָגט: , דאַטס פוליש/, איז אַ סימן אַז זי אין אין כעס, נאָר װאָס האָב איך געקענט טאָן, אַז זיי האָבן מיך פאָרט גע- װאָלט לערנען , ספּעלינג"? גאָט צו דאַנקען, װאָס אינמיטן דע- רינען איז געקומען מענדל פּועקאַרט און אָנגעקומען איז ער מיט אַזאַ אימפּעט, מיט אַ האַסטיקײט: ער האָט פאַר מיר אַ , דזשאַב"! -- אַ , דזשאַב"! -- אַלע האָבן זיך צו אים אַ שאָט געטאָן. --- יע, אַ דזשאַב, דערווייל אויף איין נאַכט. דער לאָנדרימאַן האָט זיך פאַרקילט די ;בעק" (פּלײצע) און ליגט אין בעט. די לאָנדריניטש- קע דאַרף מאָרגן אָפּשיקן װועש צו די , קאָסטאָמערס" (קונים) און מען דאַרף בינדן די פּעקלעך. קום! גרינע, איך על דיך צו"

טאָג-בוך פון רב קה זילבע רג 47

פירן צו דער לאָנדריניטשקע, וװועסט פאַרדינען אַ דאלאר מיט אַ האַלבן,. אין אַמעריקע, קוים מען פאַרדינט דעם ערשטן דאָלער, איז מען שוין אַ היגער, מען איז שוין אַ סיטיזן (בירגער). -- איך האָב אַרױפגעכאַפּט דעם מאַנטל און בין אַװעק מיט מענדל פּושקאַרט צו דער לאָנדריניטשקע פאַרדינען דעם ערשטן דאלער אין אַמעריקע און וװוערן אַ סיטיזן. אָט איז זי די גרינע,. -- האָט מיך מענדל פּושקאַרט פאָרגעשטעלט גלייך ביי דער טיר און אַלײן איז ער אַװעק צוריק שפּילן מיט דער טאַנטע און מיט דער מיסיס שאָר אַ פּינאָקל,

די לאָנדריניטשקע האָט מיר געוויזן װי צו מאַכן די פּעקלעך און װוי צו פאַרשרייבן, --- צייל אויס די שוירטס (העמדער) און שטעל אַ , פיגור" (אַ ציפער), צייל אויס די טאַולס (האַנטעכער) און שטעל אַ , פיגור". --- איבער דער נאַכט האָב איך זיך אויסגע- לערנט, אַז שוירטס --- הייסט העמדער, טאָולס --- הייסט האַנטע- כער, און שיטס הייסט ליילעכער. די לאָנדריניטשקע האָט גע- פּרעסט און איך האָב געבונדן די פּעקלעך און געשטעלט די ,פי- גורס". פון אָנהוֹיב אָװונט האָט די לאָנדריניטשקע געשויגן. זי האָט מיר שוייגנדיקערהייט געוויזן, וי מען שטעלט אַריין די ברעטלאַך אין אַ העמד, עס זאָל זיין שטייף, עס זאָלן ניט װערן קיין קנייטשן. --- מאַך ניט קיין קנייטשן, --- האָט זי געזאָגט, אַ קנייטש איז ביי זיי ערגער וי אַלץ, אַ קניטש איז דער ,בלעק האָרס" אין די לאָנדרי ביזנעס. -- אין אַ פּאָר שעה אַרום, ווען עס איז שוין געווען אינמיטן נאַכט האָט זיך די לאָנדריניטשקע צערעדט. אינדערהיים האָט זי זיך געלערנט פאַר אַ דענטיסטקע. זי האָט שוין , פּראַקטיקירט", זי איז געווען אַ סטודענטקע אין

שימאַנאָווסקעס זובאָווראַטשעבנע שקאַלע אין ואַרשע, און דאָ איז זי געװאָרן אַ לאָנדרילײידי (אַ באַלעבאָסטע פון אַ וועשעריי), מען פּרעסט אונטערוועש און אַזױ פּטר'ט מען אַװעק אַ לעב .. די לאָנדריניטשקע האָט פאַרענדיקט איר מעשה, װאָס ציט זיך פון פאַר דרייסיק יאָרן אָן . . . זי האָט שטיל פאַר זיך געזונגען אַ רוסיש לידל: ,, װאָט מטשיטסיאַ טראָיקאַ אודאַלאַיאַ" . . . דאָס לידל האָב איך שוין אַמאָל געהערט און אפילו געוואוסט דעם ניגון. דער פעטער זיידל אין לובלין, אַז ער פלעגט אונדז אַמאָל פירן , קוליק"

48 פון לוצלין ביז ניו:יאָ רק

מיט זיין שליטעלע, פלעגט ער זינגען דאָס זעלביקע ליד. און איצט זיצנדיק באַנאַכט מיט דער לאָנדריניטשקע האָט זיך מיר געדאַכט. אַז איך הער ביידן זינגען: אויך דעם פעטער דל אין לובלין. געקומען אַהיים בין איך פאַרטאָג. די טאַנטע האָט מיר געעפנט די טיר : --- נו, ביסט שוין געװאָרן אַ סיטיזן ? --- האָט זי מיך אַ פרעג געטאָן,. איך האָב איר געוויזן די דריי זילבערנע האַלבע דאלאר, װאָס די לאָנדריניטשקע האָט מיר געגעבן. --- איין האַלבן דאלאר באַהאַלט, --- האָט מיר די טאַנטע געזאָגט, -- מען האַלט, אַז די ערשטע פאַרדינטע זילבערנע מטבע איז מזלדיק. -- אַז איך האָב זיך געלייגט שלאָפן האָב איך זיך דערמאָנט פון מענדל פּושקאַרט. ער איז גאָרניט קיין שלעכטער מענטש, און ער איז געווען גערעכט, איך האָב זיך טאַקע געפילט פאַר אַ , סיטיזן" היינט אין דעם פאַרטאָג, ווען איך האָב פאַרדינט דעם ערשטן דא- לער אין אַמעריקע.

די לאָנדריניטשקע 7טער מערץ.

באַנאַכט איז עפּעס אַנדערש און באַטאָג איז װוידער עפּעס אַנדערש, וי מענטשן זאָגן --- ס'איז אַ חילוק וי צװוישן טאָג און נאַכט. באַטאָג איז די לאָנדריניטשקע גאָר אַן אַנדער מענטש, וי באַנאַכט. באַטאָג קאָמאַנדעװעט זי. זי שטייט אין דער לאָנדרי און קאָמאַנדעװעט: זי שיקט די , באָיעס" (אינגלעך) נאָך די פּעקלעך וועש, זי שיקט זיי מיט פאַרטיקע פּעקלעך פאַנאַנדערטראָגן, זי נעמט געלט און גיט רעשטע, זי פּרעסט און פּרעסנדיק שרייט זי אויף דער שװאַרצער, אַז זי זאָל די צייט ניט פּטר'ן, זי גיט אַלע וויילע אַ קוק צו מיר אויך, צי איך שטעל ריכטיק די ,פיגורס" (ציפערן), בקיצור, אַ , גענעראַל". זי האָט, זעט אויס, אינגאַנצן פאַרגעסן, אַז זי האָט מיר דערציילט באַנאַכט, וי זי איז געווען אַ , דענטיסט" און האָט , פּראַקטיקירט" ביי שימאַנאָװוסקען אין דער זובאָװוראַטשעבנע שקאָלע, זי האָט פאַרגעסן ,װאָט מטשיטסיאַ טראָיקאַ אודאַלאַיאַ". בײנאַכט איז געווען אַן אַנדער לאָנדריניטש- קע און בײיטאָג איז פון איר קיין זכר ניט געבליבן. פאַרנאַכט האָט זי מיר געגעבן אַ דאָלער און אַ זאָג געטאָן : --- קומט אַרױף צו מיר

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 49

אַפּסטעז" (אינדערהויך) טרינקען אַ קאָפּ קאָפע (אַ טעפּעלע קאַ- ווע). די לאָנדריניטשקע וואוינט אין זעלביקן הויז, וואו די וועשעריי געפינט זיך, מיט איין שטאָק העכער. אַרויפגעקומעו ,אַפּסטעז", אָנגעצונדן די עלעקטרי, איז די לאָנדריניטשקע וי" דער געװאָרן אַ , באַנאַכטיקע?. זי האָט מיר געװויזן, אַז לעוו טאָלסטאָי הענגט ביי איר אויפן װאַנט, איינגערעמט אין אַ זיל- בערנע ראַם, און איבערן בילד אַ גרינע צווייג.

--- דער גרעסטער מענטש אויף דער וועלט, --- האָט די לאָן- דריניטשקע געזאָגט.

-- זי האָט אַן עפן געטאָן אַ סך שופלאָדן איינעם נאָכן אַנדערן, לסוף אַרױסגענומען אַ ברוינעם פּאָרטפעל מיט פאָטאָגראַפיעס. די לאָנדריניטשקע האָט אַרוסגענומען איין פאָטאָגראַפיע, אַ גרופּע מיידלעך און יונגע לייט,

-- אָט דאָס בין איך, -- האָט די לאָנדריניטשקע געויזן אויף איין מיידל, --- און דער-אָ, --- די לאָנדריניטשקע האָט גע- וויזן אויף אַ יונגנמאַן מיט אַ באָרד, -- דער האָט פּערזענלעך גערעדט מיט לעוו טאָלסטאָיען,

זי האָט די פאָטאָגראַפיע צוריק אַרײנגעלײגט אין דעם פּאָרט- פעל, דעם פּאָרטפעל אין אַ שופלאָד, זי האָט פאַרמאַכט אַלע שופ- לאָדן און האָט די קאָמאָד צוגעדעקט מיט אַ סערוועט און אַװעק- געשטעלט אויפן קאָמאָד די באַזעגלטע מעיפּלאָוער. דער לאָנדרי- מען איז געשלאָפן, מיר האָבן אויסגעטרונקען צו טעפּעלעך קאפע, איך האָב געגעסן אַ , סענדוויטש", װאָס די לאָנדריניטשקע האָט מיר פאָרגעלייגט. עסן אַ , סענדוויטש" איז פאַר מיר ניט פון די גרינגע זאַכן, וי נאָר איך פּרואוו אים צוטראָגן צום מויל, אַזױ פאַלט באַלד אַרױס דער קעז, אָדער די וואורשט, װאָס עס ליגט דאָרטן, ביי די אַמעריקאַנער איז אַ , סענדוויטש" איין גאַנצע זאַך, ביי מיר איז עס דריי זאַכן און יעדעס האַלט זיך באַזונדער. ווען מיר האָבן געגעסן די סענדוויטשעס האָט מיר די לאָנדריניטשקע געזאָגט: --- מיסטער פּושקאַרט האָט מיר געזאָגט, אַז איר האָט אינדערהיים געענדיקט גימנאַזיע און דערפאַר האָב איך אייך גע- וויזן די אַלע זאַכן . . . -- איך האָב זיך געשעמט זאָגן דער טאַנטע, אַז איך האָב געגעסן ביי דער לאָנדריניטשקע אַ סענדוויטש.

50 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

פאַרװאָס איך האָב זיך געשעמט, וייס איך אַלײן ניט, נאָר איך האָב איר ניט געזאָגט. עפּעס האָט זיך מיר געדאכט, אַז עס איז ניט שיין פאַר מיר צו עסן ברויט פון אַ סך אויוונס. אינדערהיים האָב איך געטראָפן מענדל פּושקאַרט און צום ערשטן מאָל פאַר מיין זיין, אויך די פּושקאַרטע. עדי איז געווען און גרעד". מענדל פּושקאַרט האָט מיך אַ פרעג געטאָן: -- נו, וי גייט דיין נייער , דזשאַב"? ביסט שוין געװאָרן ראָקפעלער? די צרה איז, --- האָט ער צוגעגעבן, --- װאָס דער , בעק" (פּלייצע) ביי דעם לאָנדרימען וועט דאָך איבערגיין, און דו װעסט מוזן װאַרטן אויף מיסטער רו" בינס , פּעקטאָרי" מיט די ,פּיסעס". -- ,רעד" איז געקומען מיך לערנען ענגליש. ער האָט אפילו געבראַכט אַ בוך מיט ביל דער, אונטער יעדן בילד אונטערגעשריבן וי די זאַך הייסט אויף ענגליש, נאָר אַנשטאָט מיך לערנען האָבן זיי גאָר אָנגעהויבן ריידן צווישן זיך, , רעד", עדי און סעלמאַ, זיי האָבן זיך אָנגע- הויבן קריגן, װוער איז דער גרעסטער סטאַר אין אַמעריקע. סעל- מאַ האָט געזאָגט, קלאַרק געיבל, , רעד" האָט געזאָגט, עדי קענ- טאָר, און עדי האָט געזאָגט --- ער גלויבט אין גלען מילער דעם ,דזשיריבאָג". איך האָב געהערט וי זיי האָבן עטלעכע מאָל דער- מאָנט ,דזשיריבאָג", און איך טראַכט, אַז מיסיס שאָר איז טאַקע גערעכט, און עדי מוז טאַקע זיין אַ ‏ דזשיריבאָג" און עס אין אַ רחמנות אויף סעלמאַן. װאָס זיי האָבן אַלץ גערעדט האָב איך כמעט גאָרניט פאַרשטאַנען. איך האָב בלויז געזען, אַז אַלע זיינען רויט, אַלע זיינען בייז, אַלע ברענען וי פייער. מיר האָט זיך געדאכט, אַז זי קריגן זיך גאָר וועגן אַנדערע זאַכן, װאָס ליגן זיי טיפער אין האַרצן, װי עדי קענטאָר און גלען מילער. וער וויס? און אפשר ליגט זיי טאַקע גלען מילער אַזױ טיף אין דער נשמה? װאָס קען מען וויסן, אַז זיי ריידן ענגליש? אַ נס, װאָס די עלטע- רע ריידן כאָטש אַביסל אידיש און איך קען זי פאַרשטיין. מענדל פּושקאַרטס פרוי האָט דערציילט דער טאַנטע ועגן אירע דאָקטױ" רים. איך האָב באַמערקט, אַז דאָ רעדט מען אַ סך ועגן , דייעט" (דיעטעס), אויב אַ מענטש וויל זיין געזונט --- האָט געזאָגט מענדל פּושקאַרטס פרוי --- מוז ער האָבן זיין , דייעט", פּונקט, װי יעדער מענטש מוז האָבן זיין קלייד און זיינע שיך --- אַזױ מוז ער האָבן

טאָגי-בוך פון רבקה זילבערג 81

זיין , דייעט". מענדל פּושקאַרט, װאָס האָט דערוייל אויסגעמייסי טרעוועט פאַר זיך אַ גלעזל טיי, האָט איבערגעשלאָגן זיין ווייב : אַז איך בין הונגעריק, עס איך אויף מיין , דייעט" און איר , דייעט" און עס האָט נאָך מיר קיינמאָל ניט פאַרשאַדט . . . -- אינמיטן די קריגערייען האָט ,רעד" אַ זאָג געטאָן צו מיר: --- , קאַם אַן איך װעל דיך טיטשן (לערנען) ענגליש". -- ער האָט עס געזאָגט אַזױ, אַז עס איז קלאָר געווען אַז צוליב דעם איז ער געקומעף מיר איז געװאָרן גרינג אויפן האַרצן, איך האָב דערפילט, אַז איך האָב אַ גוטן פריינט אין אַמעריקע -- דעם , רעד",

דער פעטער דערצײלט מעשות 8טער מערץ.,

מוחל דעם עפּל און מוחל דעם װאָרעם אין אים, -- אַזױ פלעגט זאָגן די מאַמע עה"ש און אַזױ קומט עס אויס מיט מענדל פּושקאַרט. אַלע פרייטיק צו נאַכט כאַפּט ער זיך אַרײן צו אונדז שפּילן אין פּינאָקל, דערציילן זיינע מעשות און שיקן מיך נאָך טיי, נאָר היינט איז ער געווען אַזױ צעשמעלקעט, אַז איך האָב נאָך אים קיינמאָל אַזױ ניט געזען. מיך האָט ער גערופן , גרינינקע", ,גרינע" איז שוין, זעט אויס, װייניק. ,,נאָך טיי", האָט ער צו מיר צוגעוואונקען געוויס אַמאָל אַכט. דאָס לעצטע גלאָז טיי האָט ער שוין ניט געקענט אויסטרינקען און האָט עס איבערגעלאָזן קאַלט אויפן טיש. איך האָב געמיינט, אַז דאָס איז ער אַזױ בגילופין, ווייל ער האָט מיך געפירט אויפן דזשאַב צו דער לאָנדריניטשקע, דער- נאָך האָט זיך אַרױסגעויזן, אַז ער האָט אויפגעטאָן אַ גרעסערע זאַך: ער האָט געבראַכט די מיס פּאַלעי צו אונדז אין שטוב אַריין זיך אינשורן ביים אָנקל. די מיס פּאַלעי האָט אויך געשפּילט אַ פּינאָקל. דער אָנקל האָט מיט איר געשפּילט זייער פאָרזיכטיק און געלאַסן, מענדל פּושקאַרט האָט אים פון פריער אָנגעוואונקען. אַז זי איז אַ , קאָסטאָמער". איך האָב היינט צום ערשטן מאָל גע- הערט, וי דער אָנקל קען שיין דערציילן מעשות. ער האָט דערציילט אַ סך מעשות דער מיס פּאלעי, טאַקע וועגן אינשורענס, און אינשורענס אַגענטן. דער אָנקל האָט אַרױסגענומען פון זיין

פון לובכלין ביז ניו:יאָרק

פּאָרטפעל אָן אַ שיעור בויגנס, צעטלען, געדרוקטע און געשריבענע. ביכעלעך מיט פאַרשידענע חשבונות: -- אָט לאָמיר אַ קוק טאָן אין דער גמרא'לע, --- און ער האָט געבראַכט דאָס ביכל, וואו עס שטייען לאַנגע רייען מיט רעכענונגען, וויפל מען דאַרף אויס- צאָלן אין פאַל פון אַן , עקצידענט", חלילה.

--- אין דער גמרא'לע געפינען מיר, אַז צאָלן דאַרף מען סך הכל 26 טאָלער אַ יאָר, דערפאַר אין פאַל פון אַן ,עקצידענט" חלילה, קריגט מען 1000 טאָלער , אימידיעיטלי" (תיכף) און דערנאָך 40 טאָלער אַ חודש ביז מען וערט געזונט. אין דעם מחזר'ל שטייט נאָך עפעס, -- און דער אָנקל האָט געזאָגט, װאָס עס שטייט אין דעם מחזר'ל. די מיס פּאלעי אין אַ ;נוירס" (קראַנקנשװועסטער) אין אַ שפּיטאָל, זי האָט פאַרבראַכט אַ יאָר אין ארץ ישראל און האָט זייער הנאה געהאַט פון דעם אָנקלס גמרא'לעך מיט די מחזרים'לעך. דער אָנקל האָט אויסגעפרעגט די מיס פּאלצִי וועגן דעם כתל מערבי, און וועגן דעם הר הכרמל, און האָט גע- זאָגט, אַז װוי נאָר ער װעט זיך אַביסל באַפרײיען פון די , ביזנעס" וועט ער אַלין אויך אַרױספאָרן אויף אַ יאָר צייט קיין ארץ ישראל,

--- יעדער מענטש, -- האָט דער אָנֹקל געזאָגט, --- מוז זיין כאָטש איין יאָר אין ארץ ישראל. -- דער אָנקל האָט דערציילט דער מיס פאלעי וי ויכטיק עס איז צו האָבן אַן אינשורענס, ניט כדי עס זאָל חלילה טרעפן אַן , עקצידענט", נאָר פּונקט פאַר- קערט, עס זאָל ניט טרעפן, און די בעסטע גאַראַנטיע איז דאָס גוטע מזל פון דער רייכער אינשורענס קאָמפּאַני. דער אָנקל האָט אויך דערציילט אַ מעשה פון איינעם זיינעם אַ קליענט, מיסטער מעלאַ- מעד, װאָס איז געווען רייך װוי קורח. ער האָט געהאַט הייזער און אַ פאַרם, און אַ האָטעל און אַנדערע ביזנעס און האָט זיך ניט געװאָלט אינשורן. אויף װאָס דאַרף ער, זאָגט ער, ער איז אַזױ אויך אינשורט. האָט דער מיסטער מעלאַמעד געהאַט אויסער אַלע פאַרמעגנס אַן אַלטע טאַנטע. און די אַלטע טאַנטע האָט געהאָט אַ טבע אַ צי טאָן מיט דער נאָז, װען זי האָט גערעדט, געזאָגט אַ פּאָר ווערטער און אַ צי מיט דער נאָז. געזאָגט נאָך אַ פּאָר ווער- טער און ווידער אַ צי מיט דער נאָז. מיסטער מעלאַמעד האָט

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 03

ליב געהאַט די טאַנטע וי אַן אייגענע מאַמע, נאָר ער האָט ניט געקענט פאַרליידן, װי זי ציט מיט דער נאָז. אַלצדינג װאָלט ער איר נאָכגעגעבן, אַבי זי זאָל אויפהערן רעדן און אויפהערן ציען מיט דער נאָז. איז איינמאָל קומט צו דעם מיסטער מעלאַמעד די טאַנטע און זאָגט צו אים ניט מער און ניט וייניקער: ער זאָל זיך גלייך גיין אינשורן, כאָטש אויף צען טויזנט דאלער, ובכן זי האָט געזען א חלום וי אַלע זיינע הייזער זיינען צעגאַנגען פּונקט וי זיי זאָלן זיין פון שניי חס וחלילה. ניט געברענט אויפן פייער, נאָר פּשוט צעגאַנגען וי שניי. אַפריער צעגײיט דער דאַך, און דערנאָך די טירן מיט די פענצטער און דערנאָך די וענט . . . און אפילו די שװועלן. די טאַנטע האָט עס אַלץ דערציילט און די גאַנצע צייט ניט אויפגעהערט צו ציען מיט דער נאָז. און װאָס מער די טאַנטע איז אַריין אין ברען פון דערציילן די מעשה, איז אַלץ דאָס שמאָרעניש מיט דער נאָז געװאָרן אָפּטער און שטאַרקער. מיסטער מעלאַמעד האָט מער ניט געקענט אוסהאַלטן, און האָט געשיקט נאָך אַן אינשורענס אַגענט, נאָכן אָנקל טאַקע, הייסט עס, און האָט געהייסן שרייבן אַן אינשורענס, וי די טאַנטע זיינע האָט געװאָלט, אויף צען טויזנט דאָלער. מאַכט זיך אַ מעשה און ביי דעם מיסטער מעלאַמעד ברענט אָפּ אַ היז. רייך איז ער נאָך סייווי געווען גענוג. וויצלט ער זיך מיט דער טאַנטע: איר האָט געזאָגט, אַז די הייזער װעלן צעגיין, דער סוף ברענען זי גאָר . . . --- איך ווינטש דיר חלילה ניט קיין שלעכטס, האָט די טאַנטע געזאָגט, נאָר זיי װעלן נאָך צעגיין אויך . . . איך ווינטש דיר ניט חלילה קיין שום בייז . . . -- דער סוף איז געווען, אַז זי זיינען טאַקע צעגאַנגען . . . עס איז געקומען דער קראַך, דער האָטעל האָט באַנקראָטירט, די הייזער האָבן צוגענומען די שװאַרצ- יאָרן, די מאָרטגעיטשיערס, און מיין מיסטער מעלאַמעד איז גע בליבן ביי די צען טויזנט דאָלער, ניט פאַר קיין אָרימאַן געדאַכט, און יעדער מענטש מוז זיך אינשורן טאַקע אַז קיין ,עקצידענט" זאָל ניט פּאַסירן . . . --- האָט דער אָנקל פאַרענדיקט די געשיכטע קעגן דער לאָגיק. איך האָב געמיינט, אַז נאָר ווען דער אָנקל שפּילט אַ פּינאָקל ווערט ער אַ לעבעדיקער, איצט האָב איך געזען וי שיין ער האָט דערציילט די מעשות דער מיס פּאלעי. די מיס

04 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

פּאלעי האָט אמת הנאה געהאַט. זי האָט געלאַכט פון די גמרא'לעך מיט די מחזרים'לעך מיט די קליענטן און זי האָט געבעטן אַז אין אַ דריי טעג אַרום זאָל ער אַרײינקומען צו איר שרייבן אַן אינ- שורענס. איצט קען זי ניט, זי קען ניט פאַר אַלעמען אויסזאָגן װי אַלט זי איז . . . אַלע האָבן געלאַכט, מענדל פּושקאַרט האָט איר צוגעזאָגט, אַז אַזאַ אינשורענס אַגענט װעט זי ניט קריגן אין די קאָרטן האָט מיס פאלעי געוואונען זיבעציק סענט, מענדל פּושקאַרט האָט אויסגעטרונקען זיבן גלאָז טיי און די אַכטע האָט ער איבערגעלאָזן אַ קאַלטע שטיין אויפן טיש, איך האָב געזען און געהערט וי דער אָנקל קען שיין דערציילן מעשות. אַ שאָד מערניט, װאָס ווען ער קומט אַהיים נעמט ער זיך אַ ,װאַקײישן" אויף שווייגן. ווען איך בין געגאַנגען שלאָפן האָב איך צו מיין גרעסטער פאַר- וואונדערונג געפונען אַ צעטעלע ביי מיר אונטערן קישן: ,אַי לאַיק יו מאָר דען עניװאָן. ‏ ע." עס האָט מיר אַ זעץ געטאָן אין האַרצן, װאָס דער עדי וויל פון מיר פאַרשטיי איך ניט. ער איז דאָך אַװעק מיט סעלמאַן אין די מואוויס, איז װאָס וויל ער נאָך פון מיר? זעט אויס ער וויל איך זאָל מוזן אַנטלויפן פון שטוב און לויפן גלייך קיין לובלין, ווייל קיין אַנדער אָרט האָב איך דערוייל ניט,

אַ בריחו פון לייזערן פיטער מערץ.,

--- איין שמחה מאַכט זיס אַלע צרות, -- פלעגט זאָגן די מאַמע עה"ש. היינט באַקומען אַ בריוו פון ליזערן. ליזער איז אין ארץ ישראל! לייזער לעבט! און עס איז אַזױ מאָדנע אַרױסגעקומען. איך בין גראד אַראָפּ אַ קוק טאָן צי בריוו זיינען דאָ, און דער בריווטרעגער איז אָנגעקומען. איך האָב אים גש- זאָגט מיין נאָמען: זילבערג, און ער האָט מיר גלייך דערלאַנגט אַ בריוו, אַזױװי ער זאָל אים האַלטן אָנגעגרייט פאַר מיר. איך בין געווען אַזױ איבעראַשט פון דעם בריוו, אַז איך האָב ניט גע װאָלט אַרױפגײן אין שטוב אים לייענען, איך בין אַרױס אויף דער גאַס און געעפנט דעם בריוו. , גאָלדענע רבקה'לע", אַזױ שרייבט מיר לייזער. לייזער פלעגט מיך רופן אַזױ אַמאָל. . . ער איז אין ארץ ישראל, לייזער. ער איז געקומען מיט אַ גריכישער שיף.

טאָגיבוך פון רב קה זילב צרג 58

וי קומט לייזער צו אַ גריכישער שיף? וו אַזױ איז ער אַװעק פון לובלין? וער קען וויסן? ,נסים", שרייבט לייזער, ,נסים זיינען מיט מיר געשען . . . ? ער שריבט, אַז ער װעט מיך אויך אַריבערנעמען קיין ארץ ישראל., , צוליב דעם בין איך געפאָרן", שרייבט ער. איך האָב אַליין ניט באַמערקט, וי לייענענדיק דעם בריוו האָב איך זיך פאַרדרייט אויף אַן אַנדער גאַס, זיך אומ- געקערט צוריק. דער בריו און אפילו דער בליער קאַנװוערט זיינען געווען אַזאַ וואונדער אין מיינע אויגן. וען איך האָב זיך אָנגעהויבן אַרומקוקן וואו איך בין, אין אומגעריכט אָנגעקומען די מיסיס שאָר: , האַלאָ," האָט זי אַ זאָג געטאָן, ,וואו בלאָנדזשע- סטו?" אַלץ זעט זי די מיסיס שאָר, זי האָט דערקאָנט, אַז איך בלאָנדזשע, נאָך גוט װאָס זי האָט דעם בריוו ניט באַמערקט, איך האָב אים שוין געהאַלטן אויפגעלייגט אין האַנט. איך בין אַװעק מיט דער מיסיס שאָר צו אונדזער הויז,

--- ווייסט, רבקה'לע, דער , רעד" האָט עפּעס אָנגעהויבן אַרײנ- קומען צו אייך זייער אָפט? ער פלעגט פריער ניט קומען -- האָט די מיסיס שאָר געזאָגט.

מיר איז געווען איצט גרינג אויפן האַרצן. מיט ליזערס בריוו אין טאַש האָב איך שוין אפילו געקענט שפּאסן,

--- דאָס איז צוליב אייער ליליא סאַמעטענער בלום, װאָס איר האָט מיר געגעבן, ווען איך בין געגאַנגען צו דער חתונה . . , -- האָב איך אַ זאָג געטאָן צו דער מיסיס שאָר. -- עס איז, זעט אויס, טאַקע אַ מזלדיקע בלום.

--- ניין, איך מיין, אַז דאָס איז צוליב דיינע צעפּ, די , באָיצס" זיינען שוין דערעסן געװאָרן די געסטריזשעטע מיידלעך, -- האָט די מיסיס שאָר, וי געוויינלעך, אַ זשמורע געטאָן מיט אַן אויג.

אַ גאַנצן טאָג בין איך געווען עפּעס אַזױ וי אין אַ הינער- פּלעט. איך האָב אַ גאַנצן טאָג געפילט לייזערס בריוו אין טאַש. לייזער לעבט און לייזער איז ניט אין לובלין. צו װאָס טויג איצט דאָרט דער סאָסנאָװער װאַלד, וואו מיר פלעגן גיין שפּאַצירן ? איצט איז שוין דער װאַלד גאָר ניט מער. ליזער איז אין ארץ ישראל. װי זעט אויס ארץ ישראל? ער שריבט, ער איז אין אַ בית פּרטי. איך בין אין ניו-יאָרק ביי דער טאַנטע, די מאַמע

56 פון לובלין ביז ניו-יאָ רק

עה"ש איז שוין אינגאַנצן ניטאָ. דער טאַטע איז אין לובלין. פון ברודער מיכל ווייס אֹיך ניט וואו ער איז. איך וייס בלויז, אַז ער לעבט. , צעזייט און צעשפּרײיט", פלעגט זאָגן די מאַמע עה"ש. פון קאָפּ איז מיר ניט אַרױס די ,גריכישע שיף". וי זעט עס אויס אַ גריכישע שיף? אַ סך זאַכן האָבן זיך אַרומגעשטעלט אָרום מיר און איך ווייס ניט וי זיי זעען אויס. דער טאַנטע האָב איך וועגן דעם בריוו ניט דערציילט, כאָטש איך װאָלט זייער וועלן עמיצן דערציילן וועגן דעם בריוו, נאָר מיר דאַכט זיך -- גלייכער די טאַנטע זאָל ניט וויסן. דעם ,רעד" וװעל איך אויך ניט דערציילן. װאָס ווייס דער , רעד" פון לייזערן? איך װעל גיין זען מיין לערער שיינפעלדן. איך וועל אים דערציילן פון לייזערס בריוו. שיינפעלד קען לייזערן. לייזער איז געווען זיינער אַ שילער. שיינפעלד האָט גערעדט צו מיר, וי צו אַ שװועסטער. ער האָט מיר געזאָגט, אַז זיינע נעגל זיינען שװאַרץ געװאָרן פון דעם זאַלץ, װאָס מען ואַשט מיט דעם די אַלטע לעפל אין דער , פעקטאָרי", וואו ער אַרבעט. מאָנטיק, נאָך דער אַרבעט װעל איך אַרױפגײן ;אַפּסטעז" ביי דער לאָנדריניטשקע און װועל ענטפערן לייזערן אויפן בריוו. ער איז אַזױ וױיט, לייזער. און לובלין איז ווייט. אַלץ איז ווייט, ווייט, ווייט,

זבוח אָבוח זײינען מיר בײגעשטאַנען

0'טער מערץ.

זינט דער ,רעד" האָט אָנגעהויבן אַרײינקומען צו אונדז האָט שוין אַ צוויי מאָל אָפּגערופן רוט. רוט האָב איך געזען אויף דער חתונה. זי איז סעלמאַס אַ חברטע. אַ הויכע. זי איז אַ ,מאָדל". די טאַנטע האָט מיר געזאָגט, אַז כדי אָנקומען פאַר אַ ,מאָדל? דאַרף מען זיין אַ שיינע. פון אַזאַ פּרנסה הער איך גאָר צום ערשטן מאָל, צום ערשטן מאָל אויף מיין גאַנץ לעבן. אין לובלין איז מסתם קיין איין מיידעל קיין , מאָדל" ניט געווען אַ מאָדנע אַרבעט: אַ גאַנצן טאָג גיין אָנגעטאָן פרעמדע ניע קליידער, מען זאָל קוקן אויף זיי. אויף די קליידער הייסט עס זאָל מען קוקן, ניט אויפן מענטשן . . . אַזאַן אַרבעט איז צען מאָל ערגער, וי בינדן פּעקלעך װעש ביי דער לאָנדריניטשקע.

טאָגי-בוך פון רבקה זילבע רג 1

רוט האָט היינט אויך אָפּגערופן, גערעדט מיט סעלמאַן. עדי האָט אָפּגערופן. מאַרװוינס חבר, אייב, האָט אָפּגערופן, עס איז היינט געווען אַ גאַנצן טאָג אַ רופעניש אויפן טעלעפאָן. איך האָב זיך דערוואוסט, אַז גלען מילער, װאָס עדי האַלט אים פאַרֹן גרעסטן , סטאַר" אין אַמעריקע איז אַראָפּגעקומען מיט זיין , בענד". זי וועלן היינט געבן אַ קאָנצערט. סעלמאַ גייט, עדי גייט, רוט גייט, מאַרװין גייט, אייב גייט. דער אָנקל האָט אַ זאָג געטאָן: מען גייט צום רבין. מיר האָט סעלמאַ גאָרניט געזאָגט וועגן דעם , בענד". װאָס האַלט זי זיך אַזױ גרויס סעלמא אַנטקעגן מיר ? וען איך װאָלט געבאָרן געװאָרן אין ניו יאָרק װאָלט איך אויך געקענט ריידן ענגליש. און ווען זי װאָלט געבאָרן געװאָרן אין לובלין װאָלט זי קיין ענגליש אויך ניט געקענט. און װאָס איז דאָס אין דער אמתן פאַר אַן עוולה, אַז מען וװוערט געבאָרן אין לובלין? עס איז נאָך גוט געווען, װאָס איך האָב געוואוסט, אַז ביי מיר אין טאַש ליגט לייזערס בריוו. און לייזער איז אויך געבאָרן געװאָרן אין לובלין.

סעלמאַ איז שוין היינט ווידער געשטאַנען ביים שפּיגל. זי האָט געמאַכט די האָר אַזױ װוי דעמאָלט צו דער חתונה. דרי שטאָק גרייזלעך, איין שטאָק אויפן אַנדערן און אויפן דריטן שטאָק אַ רויז. איך ווייס ניט פאַרװאָס איך האָב דערפילט, אַז מען פאַרשעמט מיך. אַלע גייען צום , בענד" און איך? אַזױי וי איך זאָל גאָר אין שטוב ניט זיין, אַזױ װווי איך זאָל גאָר אויף דער וועלט ניט זיין, פאַרנאַכט האָט וידער אַ פּאָר מאָל געקלונגען דער טעלעפאָן. מען האָט גערעדט ועגן ,בענד". עדי איז געקומען. ער האָט זיך אינגאַנצן ניט וויסנדיק געמאַכט וועגן דעם צעטעלע, װאָס ער האָט מיר איבערגעלאָזן אונטערן קישן. ער האָט זיך אַ דריי געטאָן איבערן שטוב. ער האָט געזען, אַז סעלמא איז אָנגעטאָן און איך ניט. איך האָב געזען, אַז ער האָט עס באַמערקט, ער האָט מיר געװאָלט עפּעס זאָגן, נאָר סעלמאַ האָט געהאַלטן אין איין ריידן צו אים. כדי זיך מאַכן אינגאַנצן ניט וויסנדיק, האָב איך אָנגעהויבן צו איבערשרייבן די ענגלישע װערטער פון דעם ביכל מיט בילדער, װאָס קרעד" האָט מיר געבראַכט, איך האָב זיך געזעצט מיטן פּלייצע צום צימער און איך האָב זיך

58 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

געטראַכט: איך האָב אייך אין אקאָטוך", גייט אייך צום ,בענד". אין לובלין ווערן אויך געבאָרן פיינע מענטשן, כאָטש אֹיר שעמט זיך גיין מיט מיר צו אייער , בענד" ...

פּלוצלינג האָט דאָס האַרץ ביי מיר אַזױי אָנגעהויבן זעצן אַז איך האָב אויפגעהערט צו זען די ענגלישע ווערטער, װאָס איך האָב איבערגעשריבן. איך האָב דערהערט ,רעדס" שטים: האלאָ רבקה, האָט ער אַ רוף געטאָן, און האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן צו מיר אויף ענגליש. איך האָב ניט פאַרשטאַנען. ער האָט מיר אַ ווייז געטאָן צוויי בילעטן: פאָר יו ענד מי. קויק, קוויק, (פאַר דיר און פאַר מיר, שנעל). קוויק ווייס איך שוין װאָס דאָס הייסט. איך האָב אין דער רגע אַ טראַכט געטאָן אַזאַ נאַרישקײט, װאָס קיין גרעסערע קען גאָר אויף דער ועלט ניט זיין. עזכות אבות זיינען מיר בײיגעשטאַנען" האָב איך אַ טראַכט געטאָן, ,װאָס דער ,רעד" איז געקומען מיט די בילעטן. נישט געלאָזט מיך פאַרשעמען אַנטקעגן סעלמאַן און אַנטקעגן אַלעמען". איך גיי צום , בענד", איך גיי צום , בענד", האָב איך די גאַנצע צייט געטראַכט, גייענדיק, איך ווייס אַליין ניט פאַרװאָס דאָס האָט מיר אַזױ הנאה געטאָן.

דער , קאָנצערט" איז מיר ניט געפעלן אַזאַ טראַסקערײ, וי שדים זאָלן טאַנצן, נישט מער עס האָט מיר הנאה געטאָן, װאָס איך האָב אויסגעפירט. נאָכן קאָנצערט איז צו אונז צוגעגאַנגען רוט. , רעד" האָט אונז באַקענט: ,האַו דו יו דו" (װאָס מאַכט איר), האָט רוט אויסגעזונגען, דער לעצטער ,דו" איז בי איר אַרױיסגעקומען מיט אַ קוויטש, און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז זי בייזערט זיך. דאָס ;האו דו יו דו" קען מען, זעט אויס, זאָגן װי מען וויל. אַז עדי גיט מיר אַ זאָג ;האו דו יו דו", גיט ער עס אַ כאַפּ אָפּ, עס דאַכט זיך, אַז ער וויל מיר נאָך עפּעס זאָגן און ער פאַר- האַקט זיך. אויף דער ראַדיאָ האָב איך געהערט, וי איינער זאָגט ,האַו דו יו דו" לייגט ער אַריין דאָס גאַנצע האַרץ אין דעם ערשטן , דו" און עס קומט ביי אים אויס: , האַו דדו"ו יו דו.. , רעד" זאָגט מיר פּשוט: װאָס מאַכסטו? ער רעדט צו מיר אידיש, ניט קיין אידיש אינגאַנצן, נאָר אידישלעך . . . ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט אַמאָל געלערנט אין אַ תלמוד תורה, און ער האָט טאַקע ניט געלאָזט זיך בעטן און האָט פאַר מיר אויס-

טאָג-בון פון רבקה זילבערג 09

געלייגט װאָס ער קען: דוד המלך, שלמה דהי חכם און יוסף הצדיק. בעסער פון אַלץ האָט ער געדענקט וועגן שלמה דהי חכם, און ער האָט מיר איבערדערציילט די מעשה מיט , די צוויי ווימען און די קיד" (צוויי פרויען און אַ קינד). געוויס קען לייזער מער פון אים . . . ;איך גלייך די אידישע סטאָריס" -- האָט מיר ,רעד" געזאָגט, --- איך גלויב אים, כאָטש אין דער היים פלעגט מען זאָגן, אַז אַ געלער איז אַ רמאי, אָבער אַז איך זע רעדן" דאַכט זיך מיר, אַז עס איז ניט אַזױ, און ער איז ניט קין אָפּנאַרער. אַז ער האָט היינט געבראַכט די ;טיקעטס" צום קאָנצערט האָט זיך מיר אים געװאָלט אַ קוש טאָן, נאָר מער װאָלט מיר ניט געפעלט . . . וװען ליזער זאָל וויסן, װאָס איך שרייב איצט ? ער װאָלט געוויס געטראַכט, אַז איך בין אַן אויסוואורף,

בעת'ן קאָנצערט, ווען עס איז געװאָרן פינצטער אין זאָל האָט מיך ,, רעד" אַ קוש געטאָן. דאַכט זיך, אַז די מיסיס שאָר איז געווען גערעכט, אַז די , באָיעס" געפעלן מיינע צעפּ, ווייל , רעד" האָט מיך טאַקע אַ קוש געטאָן פריער אין האַלדז און דערנאָך אין די האָר. איך מיין, אַז קיינער האָט עס ניט געזען. מער פעלט מיר ניט . . . איך האָב געמיינט, אַז מען קען שטענדיק זאָגן דעם אמת, זע איך אַז נישט : לייזערן װעל איך ניט שרייבן וועגן רעד"ן, איך קען דאָס ניט, און רעד'ן װעל איך ניט דערציילן וועגן לייזערס בריוו. זעט אויס, אַז דאָס האָב איך זיך אויס- געלערנט פון דער אַקטריסע, זי טוט טאַקע אַזױ,

ווען סעלמאַ האָט פאַרן שלאָפן מיך אַ פרעג געטאָן: ,וי גלייכסטו דעם קאָנצערט ?? ,מיר איז דאָס זייער געפעלן, איך װועל שוין שטענדיק גיין' - - האָב איך איר אָפּגעצאַצקעט מיין ענטפער, כאָטש פון דער , טראַסקערײ" האָט מיר אַזש ויי געטאָן דער קאָפּ, נאָר זאָל סעלמאַ ניט מיינען, אַז די וועלט איז באַשאַפן געװאָרן בלויז פאַר איר.

אונטער דער ,מעיפלאַוער"

1טער מערץ. דער לאָנדרימאַן איז נאָך קראַנק. ער איז אַריבערגעפאָרן צו זיין שוועסטער צויי בלאָק וייטער פון דער וועשעריי, די

00 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

שוועסטער זאָל אויף אים אַכטונג געבן, וייל די לאָנדריניטשקע איז פאַרנומען,. מענדל פּושקאַרט זאָגט, אז אויף מיין מזל איז געקומען זיין שלימזל,. די לאָנדריניטשקע גיט מיר אַלע טאָג אַ דאָלער און זי רופט מיך אַרױיף אַפּסטעס" אויף אַ ,קאָפּ קאָפץ" און אַ סענדוויטש. זעט אויס, אַז דאָס רעכנט זי צו צו מיין געהאַלט, צו די , וויידזשעס", ווייל זי דערלאַנגט עס מיר, ניט וי מען דערלאַנגט אַ גאַסט, נאָר וי אַ פאַרדינטע זאַך. איך האָב אויפגעהערט צו עסן אָװונט-ברוט אינדערהיים. איך ענטפער דער טאַנטע: ;אַ דאַנק, איך האָב שוין געגעסן' און דאָס איז מיר אַנגענעם. אויסער דעם , קאַפּ קאַפע" און דעם סענדוויטש וויזט מיר די לאָנדריניטשקע פאָטאָגראַפיעס. די שופלאָדן פון דער קאַמאָדע, וואו עס שטייט די , מעיפלאַוער" זיינען זעט אויס אָנגע- פּיקעװעט מיט פאָטאָגראַפיעס. אַז זי דאַרף מיר עפּעס ווייזן עפנט זי איין שופלאָד, און אַ צווייטן און אַ דריטן, זי גיט אַ צעעפן אַלע שופלאָדן, די קאַמאָדע בלייבט שטיין מיט אָפענע פליגל, און די לאָנדריניטשקע געפינט די פאָטאָגראַפיע, װאָס זי האָט געזוכט. היינט האָט זי אַרױסגענומען אַ פאָטאָגראַפיע פון אַ יוגנמאַן, ער איז פאָטאָגראַפירט אין אַ סטונדענטישער היטל מיט אַ קאָקאַרדע פון פאָרנט, מיט קנעפּלעך אויף דער מאַרינאַרקע.

-- דאָס איז אַבראַשאַ, האָט זי אַ זאָג געטאָן, אַבראַשאַ. זי איז מיט אים אַרומגעגאַנגען אַכט יאָר. זי איז געווען אין דער זובאָװוראַבעטשעבנע שקאָלע און ער אין דער טעכנישער שול. ער האָט געקענט גוט זינגען. אַז ער פלעגט אָנהויבן זינגען ,וואט מטשיסטאַ טראָיקאַ אודאַלאַיאַ", פלעגט וװוערן שװאַרץ אונטער די פענצטער, אַלע פלעגן זיך אָפּשטעלן, עס האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס גאַנצע לעבן ועט אַזױ זיין, און ווער איז געווען גלייך צו באַשקע ליכט ?

, איינמאָל בין איך מיט אַבראַשען געקומען אין װלאַדעװע, אַהים, זומער . . . ווען ער האָט אָנגעהויבן זינגען ביי אונדז אין הויז --- האָט די גאַנצע גאַס צעעפנט די פענצטער: -- באַשקע ליכט'ס חתן זינגט, דער סטודענט, דער טעכניקער. די מאַמע מיינע, זי לעבט שוין ניט, האָט זיך געבעטן ביי אים, ער זאָל אויפהערן זינגען, מענטשן וועלן זי נעמען אויף די ציין . . . עס

טאָגי-בוך פון רב קה זילב ערג 01

איז איר צו"גוט. אין אַ יאָר אַרום איז אַבראַשאַ קראַנק געװאָרן אויף די לונגען. ער איז אַװעקגעפאָרן קיין אטװאָצק. אין איין יאָר האָט מען אים ניט געקענט דערקענען, דאַר געװאָרן, האָט געהוסט. די מאַמע מיינע האָט מורא געהאַט איך זאָל זיך ניט אָנשטעקן. זי האָט מיך ‏ אַרױסגעכאַפּט פון פייער" און אַװעקגע: שיקט צו איר שװועסטער קיין אַמעריקע. אַבראַשאַ האָט מיר קיין איין בריוו ניט אָנגעשריבן. איך האָב אים אפשר הונדערט בריו געשיקט, ער האָט מיר אויף קיין איינעם ניט געענטפערט. איך האָב געהערט, אַז ער האָט נאָך געלעבט עטלעכע יאָר און האָט נאָך אַפילו צוגעהאָלפן זיין ברודער אין אַפּטײק. מיין מוטער האָט געמיינט, אַז פאַר מיר זאָל זיין בעסער, נאָר איך האָב דאָס גאַנצע לעבן חרטה, װאָס איך בין אַװעקגעפאָרן. ניט שטענדיק דאַרף מען פאָלגן עלטערן . . . דאָ האָב איך חתונה געהאַט, האָב אַ פיין הויזו אַ פיינע טאָכטער, אַ גוטן מאַן זאָל ער מיר נאָר געזונט װוערן, נאָר באַשקע ליכט איז ניטאָ. עס לעבט בוירדי שליוקע, און איך זאָג אייך, אַז באַשקע ליכטס איין טאָג איז מער ווערט וי בוירדי שליווקעס אַלע יאָרען" . . . דאָס האָט די לאָנדריניטשקע געזאָגט, ווען זי האָט שוין אַלע פליגלען פון דער קאַמאָדע צוגעמאַכט און האָט שוין אַװעקגעשטעלט אינדערחויך די צעזעגלטע מעיפלאַוער, און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז אונטער דער מעיפלאַוער ליגן באַהאַלטן אַ סך אומעטיקע מעשות. ווען זי האָט עס מיר דערציילט האָב איך געטראַכט פון זיך און פון לייזערן. זאָל כאָטש די מעשה פון באַשקע ליכט ניט זיין פאַר מיר קיין שלעכטער אָנזאָג. ווער ווייס ? אָט זאָגט מען מיר אויך, אַז איך זאָל בייטן מיין נאָמען אויף רוט. , רוט" איז אַ ריכטיקער נאָמען זאָגן זיי. אפשר װעט רבקה זילבערג אויך ניט וערן, און עס וועט וערן ,רוט ?? -- ,רוט" --- וי נאָך ? מיר האָט זיך דערמאָנט דעם , רעדס" פאַמיליש --- לעוויט . . . ,רוט לעוויט ?" און מיר האָט שטאַרק אָנגע" הויבן קלאַפּן אין האַרצן, שלאָגן, שלאָגן . . . און לייזער װעט מיר אויף קיין בריוו ניט ענטפערן?+ איך האָב אַ קוק געטאָן צי לייזערס בריוו ליגט אין טאַש? דערזען דעם בליעם קאָנװערט און זיך באַרואיקט,

דער , רעד" איז היינט אויך געקומען. ער האָט זיך גענומען

02 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

מיך לערנען , ספעלינג" און אין עטלעכע מינוט אַרום האָט רוט אָפּגערופן אויפן טעלעפאָן. זי האָט גערעדט מיט סעלמאַן. דער ,רעד" האָט אַ זאָג געטאָן: ,גריטינגס" און האָט װידער מיר געוויזן װי מען שרייבט -- ,פּאַטהער" (פאָטער). די טאַנטע האָט געשפּאַסט: אַ מלמד געװאָרן . . . נאָר איך זע, אַז דער ;רעד" האָט זיך פאַרלייגט מיך אויסצולערנען ענגליש און איך טראַכט, אַז לייזער װאָלט אויך אַזױ געטאָן . . . איך זע אין אַז דאָס װאָס מען זאָגט אינדערהיים, אַז אַ געלער איז אַ רמאי איז ניט ריכטיק. עס קען ניט זיין, אַז ,רעד" זאָל מיך װעלן אָפּנאַרן. ער איז דאָך ניט קיין , דזשיריבאָג" און אפשר ?

דריי מזל טובס 2)סטער מערץ.

היינט איז אַ טאָג פון סאַמע מזליטוב'ס. ערשטנס האָט די מיסיס ראַבקין באַשלאָסן צו אינשורן אירע קינדער. פאַרן מיטינג אין דער טאַנטעס ,ליידיס סאָסייעטי" האָט די מיסיס ראַבקין אָפּגערופען די טאַנטע אָן אַ זייט און האָט זיך מיט איר באַראַטן: -- איך קען ניט , דעסיידן" (באַשליסן), האָט זי געזאָגט, צי זאָל איך ,אינשורן" (פאַרזיכערן) די קינדער צי ניט? די טאַנטע דער" ציילט די מעשה און דאָס גאַנצע פּנים לויכט ביי איר פון געלעכ- טער: , איך האָב אויך ביי מיין מאַמען קיין שטרוי ניט געקייט -- זאָג איך צו מיסיס ראַבקין, לאָזט עס איבער, מיסיס ראַבקין, נאָכן מיטינג װעט זיין מער צייט" . . . און איך האָב זי נאָמינירט פאַר ווייס פּרעזידענטין . . . איך האָב געזאָגט צו די פרויען אַז מיסיס ראַבקין איז שוין צוועלף יאָר אַ מעמבער (מיטגליד) אין דער סאָסײעטי און עס איז ניט מער װי רעכט, זי זאָל זיין בי אונדז װוייס-פּרעזידענטין. אייניקע האָבן אפילו ניט געװאָלט ליידן, אָבער די פרויען האָבן זיך אָנגעכאַפּט, עס איז שוין געווען שפּעט, אַבי מען גייט אַהיים, און מען האָט זי געמאַכט פאַר ווייס פּרע" זידענטין. די מיסיס ראַבקין איז אַזױ צעשמאָלצן געװאָרן, אַז זי איז צו מיר צוגעגאַנגען און האָט געזאָגט: /אַי נעװוער ניו יו'ר סאָטש אַ נייס וואומען (איך האָב גאָר קיינמאָל ניט געוואוסט, אַז איר זיינט אַזאַ פיינע פרוי)" . . . דער אָנקל האָט געשמייכלט: גם

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 03

אתם, האָסטו איר באַדאַרפט זאָגן... און די טאַנטע פאַרענדיקט די מעשה: בקיצוור זי האָט ‏ דעסיידעט" צו אינשורן די קינדער.

דער אָנקל, אַז ער הויבט אָן שמייכלען ווייס איך קיינמאָל ניט צי ער שפּאַסט, צי ער רעדט ערנסט. לאַכן לאַכט ער ניט, נאָר ער שמייכלט. אַזױ איז היינט טאַקע געווען נאָך אַמאָל אויך, ווען מאַרװין איז אַראָפּנעקומען מיט אַ שמחה: מען האָט אים באַ- שטימט פאַר דעם פירער פון די , געימס" (שפּילן) אין זיין קלוב , העפּי אַאור" און ער װעט קריגן דערפאַר פינף דאָלאַר אַ װאָך. דער אָנקל האָט אויך געשמייכלט און האָט אַ זאָג געטאָן :

--- איידע, אונדזער קדיש האָבן מיר שוין באַזאָרגט . . .

די טאַנטע האָט זיך אַ בייזער געטאָן: נו, טאַקע, פאַרװאָס ניט ? אין אַמעריקע איז אַלץ אַ ביזנעס . . . מאַרווין האָט פאַר גרויס פרייד אָפּגעגעסן פריער פון אַלעמען אָװונט ברויט און איז אַװעק אין די מואוויס זען , געימס". ער קען ניט זיצן אין שטוב , ליידיק",

דער דריטער מזל טוב איז װאָס דער לאָנדרימאַן אין שוין געזונט געװאָרן. ער וועט שוין אַלײן בינדן די פּעקלעך און שטעלן די ,, פיגורס". איך על מוזן גיין צו מיסטער רובין זען, ווען דאָס מיידל, װאָס קלייבט די , פּיסעס" (שטיקלעך) אין זיין פעקטאָרי וועט חתונה האָבן. -- ,לאָז דאָס ניט אָפּ האָט מיך געראַטן די מיסיס שאָר, גיי אַריין צו דעם מיסטער רובין, וייל דאָס מיידל, אַז זי האָט אַ , דזשאַב" קען אַמאָל אינגאַנצן ניט וװועלן חתונה האָבן" . . . דאָס האָט שוין די מיסיס שאָר געזאָגט מיט אַ זשמורע פון אויג. די מיסיס שאָר איז גערעכט, מאָרגן װעל איך אַרינגיין צו מיסטער רובין. די לאָנדריניטשקע האָט, געזעגענענדיק זיך מיט מיר, געזאָגט: גלוױיב מיר, ביסט ביי מיר וי אַ שװועסטער, נאָר גאָט צו דאַנקען, װאָס מיין מאַן איז שוין געזונט געװאָרן. און זי האָט מיר אַן עצה געגעבן אַרײנגײן אין דעם , קאָונסל אָוו דזשואיש טשאַריטי ווימען", זיי פאַרנעמען זיך איצט אַ סך מיט די פליכט- לינגע און זי איז ,שור" (זיכער), אַז איך על דורך זיי קריגן אַרבעט. די לאָנדריניטשקע האָט מיר געגעבן זייער אַדרעס און האָט מיר צוגעגעבן מוט: -- אַז מען זוכט געפינט מען. די לעצטע צייט צוליב מיין אַרבעט אין דער ועשעריי האָב איך

64 פון לובלין ביז גיו:יאַָרק

פאַרזען די שול. מאָרגן װעל איך צוריק אָנהױבן גיין לערנען, איך על צוריק זען די גוטע מיס שװאַרץ, װאָס גיט אַלע וויילע אַ בליק אויף מיין שרייבן, און װאַרפט אַ פריינדלעכן בליק אויך אין מיין האַרץ: יו'ר יאָנג! (ביסט יונג !) און אַגב װעל איך זיך אַביסל אַרױסשלאָגן פון קאָפּ דעם , רעד". ער איז מיך היינט געקומען אָפּנעמען פון דער אַרבעט. ווען איך בין אַרױס פון דער לאָנדרי, זע איך ‏ רעד" שטייט. ער איז געשטאַנען און האָט געװאַרט אויף מיר. איך האָב געזען, אַז ער וויל מיר עפּעס זאָגן, נאָר ער לייגט עס אָפּ אויף שפּעטער. ווען מיר זיינען שוין געווען נאָנט פון הויז, האָט ער צו מיר אַ זאָג געטאָן :

-- קום לאָמיר , נעמען אַ װאָק" (גיין שפּאַצירן), איך על דיר ווייזן דעם איסט ריווער, און אַ וויילע שפּעטער האָט עֶר מיך אַ פרעג געטאָן :

רבקה, דו זאָגסט אַמאָל אַ אליג" ?

-- אַ ליגן?

--- יע, אַ ליגן, מיין איך . . . דו זאָגסט אַמאָל ?

--- פאַרװאָס ניט ? האָב איך גאָר פּלוצלינג אויסגעשאָסן און אָנגעהויבן לאַכן . . . , רעד" האָט אויך אָנגעהױיבן לאַכן און איך האָב געזען, אַז ער פרעגט מיך שוין ניט דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט פרעגן,. איך האָב צען חרטות געהאַט, װאָס איך האָב אים אַזױ אָפּגעענטפערט, נאָר װאָס האָב איך שוין געקענט טאָן? און אפשר איז גלייכער ער זאָל מיך ניט פרעגן . . . אפשר וייסט ער עפּעס וועגן לייזערן . . . אַרום איסט ריוער האָבן געברענט אַ סך פייערן. עס איז געווען זייער ליכטיק. און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז איך בין אין לובלין און עס איז ליכטיק געװאָרן דער סאָסנאָװוער וואַלד. אין דערהיים האָבן מיר געטראָפן עדין און אַביסל שפּעטער האָט זיך גאָר פּלוצלינג אַרײינגעשטעלט רוט. זי איז געקומען אױיסגעפּוצט אין אַ בלויעם זשאַקעטעלע מיט אַכט זילבערנע קנעפּ. די מיסיס שאָר איז גראָד אַריינגעקומען און האָט אַ זאָג געטאָן צו דער טאַנטע, און דערביי אַ פּינטל געטאָן מיטן אויג אויף רוט'ן :

-- , די , גרינע" האָט עס אַ רודער געטאָן די מוידן" . נאָר זי האָט זיך פאַרכאַפּט, זי האָט זיך, זעט אויס, דערמאָנט אָן

טאָגיבוך פון רב קה זילבערג 08

סעלמאַן. רוט האָט נאָכאַנאַנד געשמײכלט צו דער טאַנטע, צו סעלמאַן, צו עדין, צו , רעד"ן און אַפילו צו מיר. צו מיר זיינען אירע שמייכלען געווען קורצע, אָפּגעריסענע. װאָס זיינען זיי אַלע אין כעס אויף מיר פאַרשטיי איך ניט ? סעלמאַ , היט" עדין, און רוט בלאָזט זיך פאַר , רעד"ן, די מיסיס שאָר האָט מיר געזאָגט : רוט איז , קרייזי'?" פאַר אים. איך וייס שוין גאָר גוט; װאָס ,קרייזי'" איז. אין לובלין װאָלט מען געזאָגט, אַז איך בין , קרייזי" פאַר לייזערן און לייזער איז , קרייזי" פאַר מיר, נאָר אין לובלין קען מען קיין ענגליש ניט ריידן,

אין לובלין זאָגט מען ‏ אַרומגײן". רבקה גייט אַרום מיט לייזערן, האָט מען געזאָגט אין לובלין, זי װועט דערגיין צו דער חופּה. און וואו דערגייט מען, אַז מען איז , קרייזי" ? דאָס ווייס איך נאָך ניט. דאָס װעל איך פרעגן ביי , רעד"ן. זעט אויס, אַז ,רעד" האָט זיך געװאָלט אַרױסדרײען פון רוטן און ער איז אַװעק זייער פרי. ,א'ם ביזי" (איך בין פאַרנומען), האָט ער געזאָגט און איז אַװעקגעגאַנגען, און אפשר האָט ער שוין גלאַט געװאָלט אַװעקגיין? און אפשר האָט אים פאַרדראָסן, װאָס איך האָב זיך פאַנאַנדערגעלאַכט? דער אומגליק איז, װאָס איך האָב געזען די אַקטריסע אין די מואוויס און איך האָב זיך אויסגעלערנט אירע שפּיצלעך . . . איך װאָלט עס פריער אין לובלין קיינמאָל ניט געטאָן. עס װאָלט געוען זייער גוט, ווען איך װאָלט עס אַלץ געקענט דערציילן לייזערן און הערן, װאָס ער װאָלט מיר געזאָגט אויף דעם,

מיסטער רובין זוכט אַ , שונאַ"

3'טער מערץ.

עס איז טאַקע זייער גוט, װאָס איך האָב פאַרדינט עטלעכע דאָלער אין דער וועשעריי, האָב איך זיך היינט געקויפט אַ פּאָר נייע שיך. מיינע שיך, װאָס דער ברודער האָט מיר געקויפט אין אַנטװערפּן, זיינען שוין זייער אָפּגעטראָגן, אויסער דעם זיינען זי מיט לאַנגלעכע שפּיצן און זיי זיינען דאָ ניט ,סטייליש" (מאָדיש), די נייע װאָס איךך האָב געקויפט זיינען מיט אויסגעשניטענע לעכעלעך און זיי זיינען זייער שיין אויפן פוס,

00 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

אויף אַ יונגן פוס איז אַלץ שיין, האָט געזאָגט די מיסיס שאָר, אַלץ איז שיין און אַלץ איז גוט. די שװוערסטע זאַך איז טאַקע צו קריגן די , יונגע פיס". מיר האָט זיך געדאַכט, אַז די מיסיס שאָר איז אומעטיקלעך געווען, ווען זי האָט עס געזאָגט, וייל זי האָט אַפילו מיטן אויג ניט אַ זשמורע געטאָן, װי זי טוט עס געוויינלעך. ווען איך האָב געבראַכט אַהיים די שיך האָט סעלמאַ אויף זיי אַ קוק געטאָן און האָט אַ מורמל געטאָן זיי זיינען ;טשיפּ" (ביליק).

סעלמאַ האָט עס ניט באַדאַרפט זאָגן, ווייל זי ווייס דאָך, אַז איך האָב ניט קיין געלט. די טאַנטע האָט זיך אַ בייזער געטאָן אויף איר: , טשיפּישמיפּ, װאָס דען, װוי דיינע משוגעת'ן? אַ שוך איז אַ שוך, אַבי ער איז גאַנץ". איך האָב אָנגעטאָן אַ פּאָר נייע זאָקן, װאָס דער אָנקל האָט מיר געבראַכט, און די נייע שיך און איך בין אַװעק צום מיסטער רובין פרעגן, צי דאָס מיידל, װאָס קלייבט די , פּיסעס" ביי אים אין , פּעקטאָרי" קלייבט זיך שוין חתונה האָבן,

דער מיסטער רובין איז היינט געווען עפּעס גאָר אַן אַנדער מיסטער רובין. איך האָב צום ערשטן מאָל אין מיין לעבן געהערט אַ מענטשן ריידן װי ער האָט היינט גערעדט צו דעם ינגן מאַן, װאָס איז געווען ביי זיי אין הויז. ווען איך בין געקומען האָט דער מיסטער רובין אַ זאָג געטאָן צו מיר : , האַלאָ?" און האָט ווידער געשריען, טאַקע פּשוט כמעט געשריען צום יונגן מאַן: ,נו, איר ווילט דאָך ראַטעװען די װועלט ? זעט, װאָס איר האָט אויפגעטאָן ? מלחמות האָט איר געבראַכט, צרות, מען טרייבט יידן . . . אַלץ אייער אַרבעט . . . ווער בעט אייך ראַטעװען די װועלט ? וועמעס דאגה איז דאָס ?" דער יונגערמאַן, װאָס האָט געבראַכט אויף דער וועלט די מלחמות מיט די צרות האָט געװאָלט עפּעס ענטפערן, נאָר מיסטער רובין האָט אים ניט געלאָזט: ,װאַרפט אייך אַרױס פון קאָפּ די נאַרישקײטן, האָט ער זיך געבייזערט, װאַרפט אייך אַרױיס פון קאָפּ די ראַטונקעס פון דער װעלט . . . אין כל חדש תחת השמש -- די ועלט איז אַן אייביקע זאַך. און איר מיט אייערע געשיכטעס, אָרעם-רייך שמייך גלייך, האָט דערפירט צו אַלע אומגליקן, ביז דער ימח שמו איז געקומען".

דער יונגערמאַן, אַ דינינקער און אָ קליינער, מיט דאָרע הענט,

טאָגי-בוך פון רב קה זילבע רג זס

האָט געװאָלט אַרײנכאַפּן זאָגן אַ װאָרט: , איך האָב געבראַכט די מלחמה ? -- האָט ער זיך פאַרענטפערט -- װאָס רעדט איר מיסטער רובין ? מיר ווילן בלויז דעם מענטשן בעסער מאַכן .. מיסטער רובין איז אַזש אונטערגעשפּרונגען: --- אָט, אָט, אָטאָ, דאָס איז די גאַנצע צרה . . . דערצײלט ניט קיין מעשות.. ווער בעט אייך אַ נייע װעלט ? װוער עס האָט שכל מאַכט אַ לעבן אַזױ אויך, און ווער עס איז אַ שוטה לויפט נאָך נאָכן װאָגן, און די רעדער קלאַפּן אים איבער די פיס . . .

דער יונגערמאַן האָט זיך אַ ריס געטאָ, נאָר עס האָט אים גאָרניט געהאָלפן, ער האָט בלויז באַװויזן אויסשרייען: , ווער האָט אייך געזאָגט ?? . . . דער גליק איז געווען, װאָס די מיסיס רובין איז אַריינגעקומען פון קיך מיט אַ טעלער לאַטקעס און מיסטער רובין האָט אויפגעלויכטן. ער האָט אַ נעם געטאָן אַ גאָפּל און האָט זיך צוגעזעצט צום טעלער. דער יונגערמאַן האָט כמעט ניט געגעסן. זעט אויס, אַז ער האָט נאָך געהאַט אַ סך זאַכן צו ענטפערן, און די ניט אַרױסגעבראַכטע ענטפערס האָבן ביי אים צוגענומען דעם אַפּעטיט. עסנדיק די לאָטקעס, האָט מיסטער רובין מיר גע זאָגט, אַז דאָס מיידל װאָס קלייבט די ,פּיסעס" אין דער פאַבריק וועט אינגיכן חתונה האָבן. , איר פאַרשטייט דאָך, האָט ער מיר גע- זאָגט, אַרױסטרײבן קען איך זי ניט, אָבער זי קלייבט זיך חתונה האָבן" . . . כ'האָב אפילו זייער געװאָלט אים איבערפרעגן, װאָס הייסט , אינגיכן", אָבער כ'האָב קיין מוט ניט געהאַט. מיסטער רובין און דער יונגערמאַן, װאָס בריינגט די מלחמות אויף דער וועלט, זיינען נאָכן אָפּעסן די לאַטקעס אַװעקגעגאַנגען, און איך בין נאָך געבליבן אַ וויילע מיט דער מיסיס רובין.

--- אַז אויף מיין הערין קומט אָן אַ משוגענער טאָג, איז אים ניט קיין נפקא מינה מיט וועמען ער קריגט זיך . . . פּשוט, ער זוכט אַ , שונא", און אבי ער כאַפּט עמיצן קריגט ער זיך מיט אים. אַז קיינער איז ניטאָ איז רעכט זיך קריגן מיט מיר אויך.. ווען ניט איך, זאָגט ער, מיט מיינע עצות, װאָלט ער געווען ראַקעפעלער, נאָר איך לאָז אים ניט ווערן רייך . . . די מיסיס רובין האָט אָנגעהויבן לאַכן . . . --- ווייסט איר װאָס איך טו דעמאָלט ? איך באַק לאַטקעס ! מיין הערי האָט זייער ליב לאַטקעס. וי שטאַרק

08 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

ער זאָל זיך ניט כעס'ן, אַז איך בריינג אַרײן די לאַטקעס בעט ער זיך איבער מיטן ,שונא". איך וױייס טאַקע ניט וי װאָלט מען געקענט לעבן, ווען אויף דער װעלט װאָלטן קיין לאַטקעס ניט געװען? . . . אָט דער ייונגער מאַן איז מיסטער רובינס אַ ,נעפיו" (פּלימעניק), זיין ברודערס אַ זון. האָט ער זיך אַרײן- גענומען אין קאָפּ אַרײן, אַז ער איז אַן אַרטיסט (אַ קינסטלער) . . . ער קלעפּט מענטשן . . . הענט, פיס קלעפּט ער, קיין לעבן מאַכט ער ניט . .. איז ער גראד היינט אָנגעקומען, און הערי האָט זיך געכאַפּט מיט אים קריגן. אָבער אין דער אמת'ן איז הערי אַ גוטער מענטש, האָט אַ אידיש האַרץ, נאָר יעדערער האָט זיינע פאַר- דרייענישען . . . .

איך האָב אויסגעהערט די מיסיס רובין און געטראַכט, אַז דאָס ערגסטע איז, װאָס דאָס מיידל פון די ,פּיסעס" קליבט זיך אַביסל צו לאַנג צו דער חתונה . . . ,רעד" איז היינט ניט געווען. עס האָט מיר זייער באַנג געטאָן, װאָס איך האָב פון אים געלאַכט, אפשר האָט ער זיך אויף מיר באַלײידיקט ? איך האָב אַ גאַנצן אָוונט גאָרניט געקענט טאָן . . . װאָס מיט מיר איז געװאָרן וייס איך ניט . . . ,רעד' איז דאָך ניט לייזער, װאָס אֹיך דאַרף וועגן אים איבערטראַכטן.

װאָס האָסטו געהערט בי דער מיסיס רובין? האָט מיך די טאַנטע אַ פרעג געטאָן.

זעט אויס, אַז די טאַנטע האָט געװאָלט וויסן וועגן מיין , דזשאַב", נאָר זי האָט ניט געװאָלט וועגן דעם פרעגן גלייך, און האָט געפרעגט ,װאָס הערט זיך",

--- מיסטער רובין האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס מיידל קלייבט זיך אינגיכן חתונה האָבן, װעל איך האָבן דעם , דזשאַב" . . . האָב איך געענטפערט דער טאַנטע. זעט אויס, אַז טאַקע דאָס האָט די טאַנטע געװאָלט וויסן, וייל מער האָט זי מיך שוין גאָרניט געפרעגט. איך האָב געזאָגט דער טאַנטע, אַז די לאָנדריניטשקע האָט מיך געראַטן אַריין צו דעם , קאָונסיל אָוו דזשואיש טששאַריטי ווימען" און זי האָט מיר געזאָגט, אַז זיי לייגן דאָס לעבן פאַר די פליכטלינגע. סעלמאַ האָט אַריײנגעשטעלט אַ װאָרט: יעס, זי טוען אַ , לאַט אָװו טינגס" (אַ סך זאַכן). עדי איז היינט געוען

טאָגיבוך פון רבקה זילבערג 69

זייער אומעטיק. ער האָט כמעט גאָרניט גערעדט. איך האָב באַ- מערקט, וי ער און סעלמאַ האָבן זיך איבערגעװאָרפן מיט שטעכ- ווערטלעך. איך האָב ניט פאַרשטאַנען וועגן װאָס זיי ריידן, נאָר לויט עדיס טאָן, און פון סעלמאַס פּנים האָב איך געזען, אַז עפּעס קנעפּלט זיך ניט ביי זיי. אַבי איך בין ניט שולדיק אין דעם. מער פעלט מיר ניט צו אַלע מיינע צרות.

אַביסל שרעק 4'טער מערץ.

באַשערט מיר היינט געווען צו האָבן אַביסל שרעק. אַבי עס האָט זיך אוױיסגעלאָזן צו גוטן. דער עלעווייטער, װאָס פירט אַרױף צו דעם , קאָונסיל אָװו דזשואיש טשאַריטי ווימען" פליט אַזױ שנעל, אַז מיר האָט אַ קיל געטאָן אין האַרצן, ווען ער האָט זיך אַ הויב געטאָן. אין גיהנום, חלילה, מוז מען אויך מסתם אַזױ שנעל פליען. און אַז איך בין געקומען אינדערהויך האָב איך דערזען אַז איך האָב געמאַכט אַ טעות: איף אַלע וװענט הענגען דייטשישע און ענגלישע אויפשריפטען און אַלע ריידן דייטש, און ענגליש. זעט אויס, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז איך האָב פאַרפּלאָנטערט דעם אַדרעס . . . איך בין גאָר פאַרקראָכן ערגעץ אין אַ דייטשי- שער געזעלשאַפט, ווער ווייס וואוהין. הינטער מיר אין דער רײי איז געשטאַנען אַ פרוי מיט זייער העלע אויגן, ניט קיין אידישע אויגן, און אַז איך האָב זי אַ פרעג געטאָן, װי עס היסט די געזעלשאַפט, האָט זי מיר געענטפערט: ;איהך פאַרשטעהע זי ניהכט". אָט האָסטו זיך, האָב איך אַ טראַכט געטאָן, זי רעדט מיט אַזויפיל , הייען" און , כאָפן", אַז עס קען ניט זיין זי זאָל שטאַמען פון אידן. איך האָב זיך שוין געװאָלט אַרױסרוקן און גיין זוכן מיין אמת'ן אַדרעס. דערווייל צו מיין גליק איז דורכגעגאַנגען אַ דינינקע מיידל, מיט צויי בלאָנדע הערנערלעך אויפן שטערן און ביי איר אויפן האַלדן איז געהאַנגען אַ זילבערנער מגן דוד און אין מגן דוד האָט זיך געהוידעט אַ , ציון" מיט אַ בריליאַנטעלע, איך האָב זיך דערפרייט און זיך אַ לאָז געטאָן צום מיידל: זייט אַזױ גוט און זאָגט מיר, וואו קען איך זיך דערוויסן וועגן אַרבעט ?

70 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

דאָס מיידל מיטן מגן דוד האָט אויף מיר בלויז איין קוק געטאָן און האָט מיר געזאָגט: , אין טהי ליין פּליז", איך האָב זיך גע- שטעלט ואַרטן אין דער ריי. און צו מיין מזל, אַז איך בין צו צום טישל און אָנגעהויבן ריידן אידיש, האָט דאָס מיידל זייער זיס אַ שמייכל געטאָן, האָט אויפגעלייגט די ליפּן װי אַ דודעטשקע און האָט מיר געזאָגט: ,סאַרי, אַי דאָן אָנדערסטענד יו" (איך פאַרשטײ ניט), װאָס טוט מען? איך האָב איר געזאָגט, אַז איך וויל ריידן מיט עמיצן אידיש, איך קען ניט קיין ענגליש . . . דאָס מיידל האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן צו איר שכנטע ביים צווייטן טישל, יענע האָט אַ הויב געטאָן מיט די אַקסלען, זיי האָבן זיך ביידע איבער- געקוקט און זי האָט מיר דערלאַנגט אַ צעטעלע מיטן נאָמען ;אייכענבוים", און איך בין אַװעק זוכן די מיס אייכענבוים ; מיס אייכענבוים האָט צו מיר אויך געשמייכלט און האָט מיך אָפּגץ- שיקט צו מיס ראַבינאָװיטץ, די מיס ראַבינאָװיטץ האָט אויך גע- שמייכלט און האָט מיך אָפּגעשיקט צו מיס קאַשער, און מיס קאַשער האָט איבערגעלייענט אַלע נעמען װאָס זיינען געווען אָנגעשריבן ביי מיר אויפן צעטעלע, איך האָב געזען, אַז זי וויל אָנהױיבן לאַכן, נאָר זי האָט זיך בלויז באַנוגנט מיט אַ שמייכל. זי האָט צו מיר אַ זאָג געטאָן ,ווייט אַ מינוט" (װאַרט אַ וויילע) . . . און זי איז אַװעק זוכן איינע װאָס רעדט אידיש, זי האָט מיר געבראַכט אַ געדרוקטע קאַרטל מיטן נאָמען : מיסיס מאַיאָפעס. די מיסיס מאַיאָפעס האָט מיך אויסגעפרעגט און פאַרשריבן, וי מיין טאַטע הייסט, און וי מיין מאַמע עה"ש האָט געהייסן, און וויפיל ברידער איך האָב און ווער זיינען מיינע קרובים אין ניו-יאָרק. זי האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצן צעטל און דערנאָך מיך געפרעגט מין , פּראָפּעשן" (פאַך), איך האָב איר ניט געוואוסט װאָס צו זאָגן. אין לובלין האָב איך זיך געלערנט אין אַ מיטל שול . . . און דאָ? איך האָב אַ טראַכט געטאָן און איר געזאָגט, אַז איך האָב געאַרבעט אין אַ וועשעריי אַ װאָך צייט. די מיסיס מאַיאָפעס האָט זיך אָנגעכאַפּט, זי האָט זיך כמעט דערפרייט און האָט אָנגעשריבן: פּראָפּעשאָן -- לאָונדרי װאָירקער . . . זי האָט מיך אַזױ אַרום געקרוינט מיט אַ ‏ פּראָ- פעשן", אונטערגעשטראָכן מיט אַ רויטן בלייפעדער מיין אַדרעס און האָט מיר געזאָגט, אַז זיי וועלן מיר , מיילן אַ לעטער" (שיקן

טאָגיבוך פון רבנכקה זילב ערג 71

אַ בריוו). ווען איך האָב זיך אַרױסגעכאַפּט פון דער , אידישער" דאַמע האָב איך זיך זייער דערפרייט, אֹיך האָב געטראָפן מיין לערער שיינפעלדן. -- רבקה, איר זיינט אויך דאָ? האָט ער מיך אַ דוף געטאָן --- זיי האָבן אייך אויך געזאָגט, אַז זיי וועלן אייך ,מיילן אַ לעטער ?? . . . ער האָט אַ לאַך געטאָן. און איך האָב דערזען, אַז דאָס פּנים איז ביי אֹים דאַר. ‏ -- איך האָב שוין אויסגעװואַשן אַלע לעפל, האָט ער אַ זאָג געטאָן, און איצט איז װײיניק אַרבעט אין אונדזער , פעקטאָרי? . . . עס אין ערגער וי שלעכט, האָט ער צוגעגעבן .. . . און מיין פרוי בעט איך זאָל זי אַריבערנעמען . . . איך בין געווען שוין אין אַלע געזעלשאַפטן... זיי שפּילן גוט אויף די שרייב-מאַשינקעס, האָט ער אַ זאָג געטאָן און האָט אַראָפּגעלאָזץ דעם קאָפּ. איך האָב אים געװאָלט דער- ציילן וועגן לייזערס בריוו, נאָר איך האָב געזען, אַז ער איז צופיל פאַרזאָרגט און אים ניט געװאָלט טומלען דעם קאָפּ מיט לייזערן און מיט זיין בריוו . + ,

--- װאָס זאָגט אייך אונזער לאַנדסמאַן, מיסטער שאַמוט ? --- האָב איך אים אַ פרעג געטאָן.

-- אַ, איך האָב אייך גאָר פאַרגעסן דערציילן, מיסטער שאַמוט האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט אייך געגעבן אַ , דזשאַב" און האָט מיר אגב דערציילט, אַז איר האָט געהאַט זייער אַ שיינע מאַמצ. . . איך האָב געענטפערט, אַז דעם , דזשאַב" װעל איך האָבן ווען אַ שיקסל װעט חתונה האָבן ביי מיסטער רובינען אין פּעקטאָרי, און מיין מאַמע איז שוין אויף דער אמתער װעלט, די שיינע מאַמע מיינע . . . איך האָב גענומען ביי שיינפעלדן זיין אַדרעס און בין אַראָפּ אין דער סאָבוועי. איך האָב געטראָפן אין סאָבװועי עדיףן ער האָט זיך מיט מיר זייער דערפרייט,

--- רבקה, האָט ער צו מיר גערעדט מיט אַ גויאישן לשון אַזױ וי פּאַן סטעפאַנאָווסקי, רבקה, אַי לאַיק יו מאָר, דען יור קאָזין.. ער האָט ניט אויסגערעדט סעלמאַס נאָמען, נאָר איך האָב געוואוסט וועגן װשמען ער רעדט. 2טו בעד" (אַ שאָד), האָט ער געזאָגט, װאָס דו ביסט געקומען אַזױ שפּעט. עדי האָט מיך געבעטן אַרײן מיט אים אין אַ מואווי, נאָר כ'האָב זיך דערמאָנט וועגן סעלמאס אָנגעבלאָזענעם גוידער, וועגן דער טאַנטע און וועגן דעם אָנקל, וי

72 פון לובלין ביו ניו:יאָרק

ער שווייגט און שמייכלט, ווען עפּעס געפעלט אים ניט, און כ'האָב געזאָגט צו עדין: -- עדי, האַק ניט קיין טשאַיניק . . . ;האַק ניט קיין טשאַיניק" איז טאַקע עדיס אַ ווערטל. דאָס קען ער זאָגן אויף אידיש ניט וי פּאַן סטעפאנאָווסקי, נאָר װוי אַלע אידן אין לובלין און אין ניו יאָרק. עדי האָט אָנגעהויבן לאַכן. ער האָט מיך אַרומגענומען ביים האַלדז און האָט אַ זאָג געטאָן: ,י'ר א גוד גערל, רבקה" (ביסט אַ וואויל מיידל), ;אַי לאַיק יו סאָ מאַטש" (איך האָב דיך אַזױ ליב), זעט אױיס, אַז עדי האָט ניט געװאָלט אַרײין מיט מיר צוזאַמען אין שטוב. ער איז אַװעקגעפאָרן מיט איין סטאַנציע ווייטער,. ער האָט געזאָגט, אַז ער דאַרף דאָרט עפּעס. ;אַ'ל סי יו לייטער" (איך װעל דיר זען שפּעטער), האָט ער געזאָגט און האָט אַ הויב געטאָן צו מיר די האַנט דורכן פענצטער פון דער באַן. די האַנט האָט ער ניט אַראָפּגעלאָזט ביז איך בין דורכ- געגאַנגען. וען סעלמאַ זאָל דאָס ויסן? וען די טאַנטע זאָל דאָס וויסן ? ווען דער אָנקל זאָל דאָס וויסן ? און ווען לייזער זאָל דאָס וויסן ? און , רעד"? ,רעד"ן װאָלט עס געאַרט צי ניין? דאָס װאָלט איך געװאָלט וויסן . . .

,רעד", רוט און איך 9'"טער מערץ.

רוט האָט אָנגעהויבן קומען כמעט אַלע אֶװונט. זי קומט אַרין, שמייכלט, דרייט זיך אַרום און טאַנצט מיט מאַרװינען. דערפאַר האָט , רעד" אויפגעהערט קומען. ער איז שוין אַ פּאָר טעג ניט געװען. די מיסיס שאָר רופט רוטן -- די ,כלה". די אכלה" איז שױן דאָ, זאָגט די מיסיס שאָר, ווען זי זעט רוטן אַרינקומען. ביי רוטן פלאַמען די באַקן און די אויגן זיינען ביי איר אָנגעצונדן מיט גרויע פייערן. , דאַכט זיך, אַ גאַנץ שיינע מויד, נאָר די ;באָיעס" קלעפּן זיך ניט צו איר" --- אַזױ רעדט וועגן איר די מיסיס שאָר. פון דער מיסיס שאָרס רייד זע איך, אַז זי איז מיר אַן אמתר גוטער פריינט, און דער עיקר, זי וויל, אַז איך זאָל זיך אויסזובן אַ , באָי". זי האַלט מיר אין איין דערמאָנען, אַז איך בין שוין צװאַנציק יאָר אַלט. , און װוי מען כאַפּט זיך אַריבער די צװאַנציק, זאָגט זי, זעט מען זיך אַפילו ניט אַרום, װוי מען וערט אַן אַלטע מויד".

טאָג-בוך פון רב קה זילבע רג 78

ווער וייס אפשר איז די מיסיס שאָר גערעכט? נאָר היינט איז , רעד" געקומען, אָבער ניט אין אָװונט, נאָר בײיטאָג. ער האָט זיך אַרײנגעכאַפּט אָן אַ מאַנטל, בלויז מיט אַ װאַרימען סװועדער. מיר געפעלט, װאָס , רעד" מאַכט ניט קיין סוד דערפון, אַז ער קומט צו מיר. אַז ;רעד" איז אַרײן, האָט מיר אָנגעהױבן קלאַפּן אין האַרצן,. רעד" האָט גייענדיק איבערן צימער מיטגענומען אַ בענקל און האָט זיך געזעצט לעבן מיר. -- רבקה, האָט , רעד" אַ זאָג געטאָן, דו גייסט אפשר היינט אין סקול (שול) ?

--- יע איך קלייב זיך טאַקע, איך האָב לעצטנס אַ סך דורכ- געלאָזן.

-- גוט רבקה, איך װעל קומען צו דיר אין , סקול".

,רעד האָט עס אַלץ אָפּנערעדט אַזױ גיך, אַז די טאַנטע האָט נאָך אַפילו ניט באַװויזן צוקומען צו אונדז, און אַז זי איז צוגע- גאַנגען האָט , רעד" געזאָגט :

--- איך בין דאָ געווען אין , נעיבאָרהוד" (אין דער געגנט), בין איך אַרײן זאָגן , האַלאָ".

, רעד" איז נאָך געשטאַנען אַ וויילע, עפּעס געשמועסט מיט דער טאַנטע אויף ענגליש און איז אַװעק. זיין שטול איז געבליבן שטיין לעבן מיר, און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז ער איז נאָך אַלץ אין צימער. פאַרנאַכט בין איך אַװעק אין סקול. אויף די שטיגן האָב איך געטראָפן רוט. זי האָט געטראָגן אַ קליין רויט היטעלע מיט אַ הויכן פעדער.

--- וואו גייסטו ? האָט מיך רוט אַ פרעג געטאָן.

--- זוכן אַ דזשאַב, האָב איך איר געענטפערט און זיך געכאַפּט, אַז איך זאָג װוידער אַ ליגן. מאָדנע, װי די ליגנס האָבן זיך צו מיר צוגעקלעפּט. איך קען דאָס גאָרניט פאַרשטיין. פאַרװאָס האָב איך רוטן ניט געזאָגט דעם אמת ? צו װאָס האָב איך זי אָפּגע- נאַרט ? נאָר מיר דאַכט זיך, אַז עס איז גלייכער, אַז רוט זאָל ניט וויסן, וואוהין איך גיי. ‏ אין סקול האָט אויף מיר געװאַרט קרעד". ער האָט מיך געבעטן, אַז איך זאָל מיט אים גיין , נעמען אַ װאָק".

--- איך וויל דיר פרעגן ,סאַמטינג" (עפּעס) -- האָט , רעד" צו מיר געזאָגט. איך האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז ,רעד" װיל מיך פרעגן די זעלבע זאַך, װאָס ער האָט מיך דעמאָלט ניט

74 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

געפרעגט, ווייל איך האָב אָנגעהויבן לאַכן, מיר זיינען אַװעק צום איסט ריווער. שיפן זיינען געשוואומען באַלױכטענע און מיר האָט זיך געדאַכט, אַז הייזער שווימען אַרום מיט ליכטיקע פענצטער. אין די הייזער וואוינען גליקלעכע מענטשן. זיי גייען קינמאָל ניט אַראָפּ פון שיף,. און איך מיט ;רעד"ן װעלן אויך באַלד צוגיין צו אַזאַ ליכטיק הויז. מיר איז געווען גרינג אויפן האַרצן, גוט און גרינג צו גיין שפּאַצירן מיט , רעד"ן, , נעמען אַ װאָק". איך האָב אַ טראַכט געטאָן פון לייזערן. לייזער װאָלט עס געואוסט, װאָלט אים פאַרדראָסן . . .

-- זאָג, רבקה, , דהי טרו" (דעם אמת) האָסט געמאַכט אַ ,דעיט" (באַגעגעניש) מיט עדיןן ?

--- נאַרישקײטן, האָב איך געזאָגט, עדי איז דאָך סעלמאַס חתן, און אויסער דעם איז עדי אַ , דזשיריבאָג".

, רעד" האָט זיך פאַנאַנדערגעלאַכט. ער האָט געלאַכט הויך און האָט אַ פּאָר מאָל איבערגע'חזר'ט -- עדי איז אַ , דזשירי" באָג" . . . זעט אויס, אַז דאָס האָט אים אויסגעזען זייער לעכער- לעך, ווייל ער האָט דערנאָך צוגעגעבן: ,סאָ פאָני". שפּעטער האָט , רעד" צו מיר געזאָגט ;

--- , יו נאָו" (ווייסט), רבקה, עדי האָט מיר געזאָגט, אַז דו האָסט מיט אים געמאַכט אַ , דעיט" אין דער סאָבוויי און ער האָט דיך אַ קוש געטאָן . . .

מיר האָט זייער פאַרדראָסן, װאָס , רעד" האָט גערעדט מיט עדין וועגען מיר און פאַרדראָסן האָט מיר גאָר אויף , רעד"ן, מער וי אויף עדין.

--- נו, און װאָס האָסטו אים געזאָגט ?

;אַי טאָלד הים" (איך האָב אים געזאָגט), דאָס איז אַ ליגן,

מיר איז זייער אומעטיק געװאָרן. איך האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז לייזער װאָלט מיך קיינמאָל ניט געפרעגט ועגן אַזעלכע זאַכן ער װאָלט מיך קיינמאָל ניט גענומען אויף אַזאַ נאַרישן פאַרהער.. פאַר פאַרדראָס האָט זיך מיר געװאָלט וויינען. איך האָב זייער חרטה געהאַט, װאָס איך בין געגאַנגען צום איסט ריווער, און ניט געבליבן בעסער אין , סקול" לערנען. גלייכער װאָלט געווען איך זאָל ניט גיין . . . האָב איך געטראַכט. , רעד" האָט, זעט אויס, באַמערקט,

טאָגיבוך פון רבקה וילבצרג 78

אַז מיר איז אומעטיק געװאָרן. ער האָט זיך געפּרואװט פאַר- ענטפערן :

-- ,אַי נאָו, דאַטס א לאַי, אַי נאָ" {איך וייס, אַז דאָס איז אַ ליגן, איך ווייס), נאָר איך האָב דיך געװאָלט פרעגן . . .

צי זאָל איך זאָגן ,רעד"ן צי ניט זאָגן, אַז מיר פאַרדריסט אינגאַנצן דער היינטיקער שפּאַציר ? אַז לייזער װאָלט מיך קיינ- מאָל ניט געפרעגט אַזױ . . . זאָל איך אים זאָגן צי ניין! יע, צי ניין ?

רעד" האָט געזען, אַז איך יל אים עפּעס זאָגן און איך שווייג,

--- רבקה, ;װאַט עבאַוט דו יו טינק?" (ועגן װאָס טראַכסטו) ? |

-- , רעד" איך וויל דיך עפּעס בעטן, האָב איך אים געענט" פערט, איך וויל דיך עפּעס בעטן . . .

--- װואָס, רבקה ?

--- דו זאָלסט מיך קיינמאָל ניט פרעגן אַזעלכע זאַכן . . .

--- וואואַי (פאַרװאָס), רבקהלע ?

---איך ווייס ניט , וואואַי", נאָר דו זאָלסט מיך ניט פרעגן...

--- און , איף" (אויב) איך װעל װעלן פרעגן ?

--- זאָלסטו מיך אויך ניט פרעגן,

-- און , איף" איך װועל ווילן װיסן+ .. .

-- זאָלסטו מיך אויך ניט פרעגן . . . און ,איף" אַפילו דו וועסט חלשן, זאָלסטו מיך אויך ניט פרעגן, און , איף" אַפילו דו וועסט טאַנצן וי אַ , דזשיריבאָג", זאָלסטו מיך אויך ניט פרעגן +. . , רעד" האָט זיך צעלאַכט און איך אויך. דער פאַרדראָס אין ביי מיר אַריבער, נאָר עפּעס איז ביי מיר פאָרט געבליבן אין האַרצן אַז לייזער װאָלט אַזױ ניט געטאָן . . . ,רעד" האָט ניט געװאָלט אַרײין אין הויז. איך בין אַרויף אַלײן,. אויף די שטיגן האָב איך געטראָפן רוטן און עדין,

-- האָסט געקראָגן אַ , דזשאַב"? האָט מיך רוט אַ פרעג געטאָן און האָט געשמייכלט,

-- איך האָב ניט געזוכט קיין ‏ דזשאַב", האָב איך איר

76 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

געענטפערט און אויך געשמייכלט. זאָל זי כאָטש אײינמאָל הערן דעם אמת . . . צו װאָס זאָל איך איר איצט ליגן זאָגן?

--- גוד נֹאִיט ! --- האָט רוט אויסגעזונגען און אַלץ געשמייכלט. זעט אויס, אַז שמייכלען איז דאָ אַ מנהג, און מען דאַרף שמייכלען ווען מען וויל און ווען מען וויל ניט. איך על זיך אויך דאַרפן דערצו צוגעוואוינען.

עדין האָב אֹיך גאָרניט געזאָגט, נאָר איך וייס, אַז ער האָט דערפילט, אַז איך האָב אַ האַרץ אויף אים.

-- גוד נאַיט, רבקה! -- האָט עדי געזאָגט און האָט אויף מיר קיין קוק ניט געטאָן.

גוד נאַיט . . .

איך טראַכט, אָט בין איך געקומען אַהער. איך האָב ניט קיין היים, איך האָב ניט קיין אַרבעט, איך קען ניט די שפּראַך, איך האָב ניט קיין סענט געלט.. װאָס זשע זיינען אויף מיר אַלע אָנגעברוגזט? אי סעלמא, אי די טאַנטע, אי עדי, אי רוט . . . די מיסיס שאָר זאָגט, אַז אַלץ צוליב מיינע צעפּ.. אין אַזאַ גרויסער שטאָט וי ניו יאָרק איז זיי ענג צוליב מיינע צויי צעפּ. אַ מאָדנע שטאָט ניוײיאָרק, אַ מאָדנע שטאָט ,

מיסיס קאָטעס

7'טער מערץ,

אַזעלכע טעג, וי דער היינטיקער מעגן זיך מער ניט אומ- קערן ! פון אַ סך אַזעלכע טעג קען מען פאָרן יונגערהייט צום רבונו של עולם. דער טאַטע שרייבט, אַז ער ואוינט ביי קראַ- סוליען, און קראַסוליע איז שוין ניטאָ. דעם בריו האָב איך באַקומען אינדערפרי, איך האָב אים איבערגעליענט אינדערהויך פאַר דער טאַנטע און פאַרן אָנקל,

-- נו, גאָט צו דאַנקען, אַבי זיי האָבן אַ דאַך איבערן קאָפּ ! האָט געזאָגט די טאַנטע. די טאַנטע האָט געמיינט, אַז קראַסוליע איז אַ נאָמען. ווען איך האָב זיי אָבער געזאָגט, אַז קראַסוליע הייסט אונדזער קו, און אַז דער טאַטע מיטן ברודער ואַלגערן זיך אין שטאַל ביי קראַסוליען, האָט שוין די טאַנטע מער ניט געדאַנקט גאָט די טאַנטע האָט אפילו אויפגעהערט זיפּן די מאָן, װאָס זי

טאָגי-בוך פון רבקה זילבערג זִך

גרייט אויף פּורים, און דער אָנקל האָט אַ זיפץ געטאָן: ערגער

װי ביי פּרעהן אין מצרים . . . האָט ער געאָגט. מענטשן זאָלן זיך װאַלגערן אין אַ שטאַל . . . ווינטער.

איך האָב זיך גוט אויסגעוויינט, דער בריוו איז אַרױס יאַנואַר, אין די פרעסט. וי לעבן זי דאָרטן? און װאָס איזן מיט אונדזער שטוב ? אָפּגעברענט? אָדער די דייטשן האָבן צוגע- נומען וער וױיסט? אַלע האָר אין קאָפּ האָבן מיר געשטאָכן און איך האָב געטראַכט, אַז ווען איך זאָל קענען איצט אַװעקגײן צופוס אַהיים, װאָלט איך אַװעק.. נאָר װי לאַנג קען אַ מענטש וויינעןן? און איך אַלײין? איך מוז אויך אַ זוך טאָן א דאַך איבערן קאָפּ,. און אַלע דעכער פון ניו-יאָרק האָבן זיך מיר אויף אַ וויילע אויסגעוויזן אָפענע, און דורך אַלע קומט אַריײן דער דרויסן און דורך אַלע קומט אַרײין די שלעכטע בשורה װאָס יאָגט נאָך דעם עלנטן. נאָר וי לאַנג קען איך ויינען? איך האָב אָנגעטאָן די נייע זאָקן און די נייע שיך און בין אַװעק אין גאַס. ערשטנס, צעטרייבן די מרה שחורה, און צווייטנס, ווער ווייס װאָס צו טאָן צווייטנס ? אפשר װעט עפּעס זיין אַ צווייטנס אויך. כ'האָב זיך געלאָזט גיין צו מיין לערער שיינפעלדן, טאָמער וװועט ער מיר עפּעס געבן אַן עצה, װאָס צו טאָן מיט זיך, און װוי צו העלפן דעם טאַטן. פון שיינפעלדן האָב איך גערעכנט גיין צו מיסטער שאַמוט, אפשר װועט ער פאַר מיר עפּעס קענען טאָן. װאָס איז די פּעולה פון זיצן אין שטוב ? און וי לאַנג אין דער אמתן קען מען זיצן ביי דער טאַנטע? עס איז היינט, צום גליק, געווען אַזאַ שיינער װועטער, כמעט פרילינג. װוי שלעכט עס זאָל ניט זיין אויפן האַרצן ווערט פאָרט גרינגער, אַז די זון גיט אַ װאַרים די באַקן. אין גאַס איז מיר טאַקע פריילעכער געװאָרן. אַגב זע איך דאָך, עס לעבן אַזויפיל מענטשן, איך האָב דאָך אויך הענט און פיס און אויגן, מסתם על איך אויך לעבן. איך האָב אַליין ניט באמערקט, וי איך בין אָװעקגעגאַנגען מיט דער גרענד סטריט ביז בראָדװעי. איך האָב ניט באַמערקט וי איך בין שטיין געבליבן ביי אַ שוי" פענצטער. עס רעדט זיך אַזױ אַ שויפענצטער! אין דער אמתן איז עס געווען אַ פּשוט פענצטער, און פון אינעווייניק זיינען געווען אויסגעלייגט געהאָפּטענע סטישטעכלעך, האַנטעכער, נאָזטיכלעך,

78 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

קראַגעלעך. אין פענצטער איז געשטאַנען אַ שילד ;הענד מעיד" (האַנט אַרבעט). איך האָב אַ טראַכט געטאָן: אפשר ? אפשר זאָל איך אַהער אַרײין? איך קען גוט אויסנייען. די מאַמע עה"ש האָט געקענט האַנט אַרבעט, און איך האָב דאָס פון איר איבער. גענומען. אפשר וועל איך דאָ קריגן אַרבעט ? פאַרװאָס ניט ? מיט װאָס איז דאָס ערגער וי אַ וועשעריי? אָדער װי שייערן אַלטע לעפל, וי מיין לערער שיינפעלד טוט? אָדער וי קלייבן ,פּיסעס? ביי מיסטער רובינען אין פאַבריק ? אויפן טיר איז געווען אַ שילדל מיט אַ נאָמען: בעטיע קאָשעס. קאָשעס איז געוויס אַ אידישער נאָמען. בעטיע איז אַ נאָמען פון אַ פרוי. איך על אַרײן האָב איך געטראַכט. איך על אַריין און איך על פּרואוון. איך האָב אַן עפן געטאָן די טיר, האָט זיך די טיר פאַנאַנדערגעקלונגען, וי אַ באַטאַליאָן גנבים זאָל מען דאַרפן כאַפּן. פון אַ טיר מיט דריי טרעפּעלעך, װאָס פירן ערגעץ אַרױף, איז אַרױס אַן אַלטע פרוי, אַ גרויע, זי איז געגאַנגען אָנגעשפּאַרט אַביסל אויף אַ שטעקף מסתם ווייל אין צימער איז געווען טונקל האָב איך אַ טראַכט געטאָן וועגן דער אַלטער : , מכשפה" און איך האָב זיך אַליין דערשראָקן, װאָס איך טראַכט אַזעלכע ווילדע זאַכן וועגן דער אַלטער פרוי,

-- האַו דו יו דו ! האָט די אַלטע געזאָגט, האָט מיך אָנגע- קוקט און געשמייכלט, און איך האָב דערזען אַז זי איז גאָרניט קיין מכשפה. זי האָט קלוגע אידישע אויגן. זייער אידישע, זי איז זייער געלאַסן,. זי איילט ניט, זי שטייט און ואַרט ביז מען וועט איר זאָגן װאָס מען דאַרף.

-- איך וויל זען מיסיס קאָשעס, האָב איך געזאָגט, וייל איך האָב ניט געוואוסט װאָס צו זאָגן,

--- אויף װאָס דאַרפסטו די מיסיס קאָשעס ? האָט מיך די אַלטע איבערגעפרעגט און זי איז ווייטער געשטאַנען זייער געלאַסן און האָט געװאַרט, װאָס איך װועל איר ענטפערן

--- װאָס זאָל איך איר זאָגן ? האָב איך געטראַכט . . ,

--- איך בין די מיסיס קאָשעס, האָט זי דערוויילע געזאָגט,

--- איך קען די אַרבעט, האָב איך איר געויזן אויף די האַנטעכלעך מיט די קעלנערלעך, מיט די קישן דעקלעך, װאָס זיינען געלעגן אויפן פענצטער.

טאָגיבוך פון וכקה זילבכערג 79

--- איך קען אויסנייען, איך בין אַ , פליכטלינג", איך זוך אַרבעט . . . ווען איך האָב שוין די אַלע רייד אָפּגעזאָגט פאַראַמאָל, בין איך שטיין געבליבן און געװאַרטט ‏ די מיסיס קאָשעס האָט צוגעהונקען צו דער װאַנט. איך האָב איצט דערזען, אַז זי הינקט טאַקע, ניט בלויז זי שפּאַרט זיך אָן אויפן שטעקל, וי מיר האָט זיך פריער געדאַכט. זי האָט מיר צוגעשאַרט אַ בענקל און זי האָט זיך אַליין אויך געזעצט.

-- װאָס קענסטו? --- האָט זי מיך געפרעגט -- ווייסע אַר- בעט, צי מיט , קאָלאָרס" ?

-- איך קען ביידע, -- האָב איך געזאָגט, --- איך קען גוט אויסנייען,

איך האָב אַרויסגענומען פון מיין טעשעלע אַ נאָז טיכעלע, װאָס איך האָב געבראַכט פון לובלין. אויפן נאָז טיכעלע איז געווען אױסגעהאָפטן מיין נאָמען, אונטערן נאָמען אַ צוייגעלע מיט בלעטלעך און איבערן נאָמען אַ קרוין.

--- דאָס איז מיין אַרבעט, --- האָב איך געוויזן דער מיסיס קאָשעס.

--- דאָס איז ;יוראָפּשע" אַרבעט, -- האָט זי געזאָגט, --- דאָס טויג ניט פאַר אַמעריקע, דאָ אַרבעט מען שנעל, דאָ איז ,הארי אָפּ". . ,

נאָר דאָס נאָז טיכעלע האָט די מיסיס קאָשעס ניט אַרױס: געלאָזן פון האַנט. איך האָב געזען אין דעם גלאַנץ פון אירע אויגן, אַז די אַרבעט געפעלט איר, כאָטש גערעדט האָט זי אַנדערש. --- דאָס איז ניט פאַר הי, דאָס איז גוט געווען פאַר דער אַלטער היים.. .

די אַלטע איז אַװעקגעהונקען מיטן שטעקן, זי איז אַרױף אויף די טרעפּלעך און האָט פאַרמאַכט די טיר. איך בין געבליבן אַלײן,

-- אָט האָסטו זיך ... --- האָב איך אַ טראַכט געטאָן. -- נאָך װאָס איז זי געגאַנגען? און װאָס זאָל איך דאָ טאָן ?

אין עטלעכע מינוט אַרום איז די אַלטע צוריקגעקומען מיט אַ סערװועט, אויפן סערװועט זיינען געווען איסגעצייכנט מאָן- בלומען,

80 פון לובלין ביז גיו:יאָרק

--אָט דאָס קענסטו מאַבן ?

זי האָט מיר דערלאַנגט אַ שאַכטל מיט גלאַנציקע זיידענע פאָדים, מיט נאָדלען, מיט פינגערהוטן. איך האָב אויסגענייט אַ מאָן-בלום, אַ צווייטע, איך האָב אויסגענייט מיט דינינקע שטעך דעם שטענגעלע. די אַלטע האָט דורכגעפירט מיט די פינגער איבערן געהעפט.

--- קום מאָרגן אינדערפרי און ברענג מיט 8 דאָלער אַ ;דעפּאַזיט" (אַ משכן).

--- צו װאָס ?

--- טאָמער מען , ספּוױלט" (מאַכט קאַליע)...

זאָל איך מאָרגן גיין צו דער אַרבעט? אָדער ניט? איך ווייס ניט.. . איך ווייס ניט װאָס איך זאָל טאָן מיט זיך. ווען איך בין געקומען אַהײם, האָב איך געטראָפן די טאַנטע מאַרינירן הערינג. איבערן גאַנצן שטוב האָט זיך געטראָגן דער ריח פון עסיק מיט נעגעלעך. עס האָט געשמעקט מיט ערב פּורים. אין דער היים פלעגט די מאַמע עה"ש גרייטן אַ סעודה פאַר 12 מענטשן. פאַר אונדזער משפּחה, פאַרן פעטער זיידל מיט דער מומען, מיט ביילטשען, מיט נחומטשען, און פאַר אורחים, אורחים פלעגן זיין איינער אָדער צויי. און די גראַגערס פלעגן אַזױ פריילעך באַגראָבן המנען. איז מיר היינט נאָך אומעטיקער געװאָרן. װאָס אין איין יאָר קען מיט אַ מענטשן וערן... היינט, פאַר פּורים, בין איך גאָר געגאַנגען צו דער מיסיס קאָשעס. דער טאַטע וואוינט ביי , קראסוליען" אין שטאַל. ער בעט אין בריו מען זאָל אים שׂיקן װאַרעמע זאַכן. איך וועל גיין צו מיסטער שאמוט, אפשר קען מען עפּעס טאָן. און איך פיל זיך -- כאָטש גי צופוס קיין לובלין ..,

און אויף , רעד"ן האָט מיך היינט אויך גוט פאַרדראָסן. ער איז געקומען, האָב איך אים דערציילט וועגן דעם בריוו פון טאַטן.

-- יו אַר היר (דו ביסט דאָ) -- האָט ער מיר געענט- פערט. איך האָב געזען אויף זיין פּנים, אַז אים אַרט גאָרניט. ,רעד" האָט באַמערקט, אַז מיך האָט עס פאַרדראָסן, האָט ער צוגעגעבן :

--- װאָס קענסטו העלפן?

טאָגיבוך פון רבקה זילנצרג 81

איך ווייס ניט צי די אַמעריקאַנער האָבן טאַקע ניט קין האַרץ, צי זיי מאַכן זיך, אַז זיי האָבן ניט? איך וייס ניט... גיכער פון אַלץ מאַכן זיי זיך. אַ סימן די לאנדריניטשקע װאָס קוקט ביינאַכט אויף די פאָטאָגראַפיעס. ..

אַ וטאַב " 9טער מערץ.

יענע נאַכט האָט זיך מיר געחלומט דער טאַטע. ער איז געלעגן ביי קראַסוליען אין שטאַל, אויף דער ערד, מיטן רוקן צוגעטוליעט צו דער וװאַנט און איך האָב געזען, אַז ס'איז אים זייער קאַלט, די הענט האָט ער געהאַלטן אַרײנגעשטטופּט אונטער אַ בערגל שטרוי. עס האָט מיר אַ קלעם גשטאָן אין האַרצן און איך האָב זיך אױיפגעכאַפּט. נאָך אַ שלעכטן חלום קומט אַ גוטער טאָג, פלעגט זאָגן די מאַמע עה"ש, נאָר דאָס מאָל האָט דער מאַמעס ווערטל אַביסל פאַרבלאָנדזשעט און נאָך אַ שלעכטער נאַכט איז דער טאָג אויך ניט געקומען קיין גוטער. אויסער דער מיסיס קאָשעס, האָט זיך נאָך אַריײינגערוקט היינט עדי מיט זיינע צעטעלעך. איז מילא די מיסיס קאָשעס --- פון איר מוז איך דאָך אויסשטיין, ס'איז דאָך, אַזױ צו זאָגן, אַ , דזשאַב", אָבער װאָס וויל עדי פון מיר ? אסור אויב איך וייס...

צו דער מיסיס קאָשעס בין איך היינט געקומען אינדערפרי, אָן די פינף דאָלער. וואו זאָל איך נעמען פֿינף דאָלער ? און אַזױ װוי די מיסיס קאָשעס איילט זיך ניט, האָט זי געבראַכט דעם סערוועט, זי האָט באַטראַכט נאָכאַמאָל די פמאָן-בלומען, װאָס איך האָב נעכטן אויסגענייט, זי האָט נאָכאַמאָל גענומען ביי מיר דאָס נאָזטיכעלע מיט מיין נאָמען, מיטן צוייגל און מיט דער קרוין, און נאָכדעם וי זי האָט עס אַלץ באַטראַכט האָט זי אַ זאָג געטאָן :

--- אָלרײט, דו קענסט מיר געבן די פינף דאָלער...

אָט האָסטו דיר אַ , דזשאַב", האָב איך אַ טראַכט געטאָן

--- איך האָב ניט קיין פינף דאָלער... -- האָב איך אַ זאָג געטאָן דער אַלטער, --- איך וועל ניט , ספּױלן" דעם סערועט,

2 פון לובלין ביז גיו:יאָרק

האָט קיין מורא ניט, איך האָב שוין אויף מיין לעבן אויסגענייט אפשר פינף הונדערט סערוועטן . . . ערשט נאָכדעם, וי איך האָב ,אַרױסגעשאָסן" פינף הונדערט סערװועטן -- האָב איך זיך אַלין דערשראָקן . . . אויף אַזאַ ליגן האָב איך זיך ניט געריכט. איך האָב אינדערהיים אויסגענייט פאַר אַלעמען נאָזטיכלעך, קישנס, פאַר ביילטשען, דעם פעטער זיידלס, דאָס חופּה-קלייד, ווען זי איז געװאָרן אַ כלה, קען איך טאַקע אויסנייען, אָבער פינף הונדערט סערוועטן. . . מילא, די אַלטע, אַזױ װוי זי טוט אַלץ זייער פּאַ- מעלעך, האָט נאָך, זעט אויס, געטראַכט, צי זי זאָל מיר געבן דעם סערוועט אויסנייען, צי ניין,

--- דאָ ביי מיר נייט מען ניט, --- האָט געזאָגט די אַלטע. -- מען נעמט אַרױיס אַהים, און אויב דו װועסט אפילו ניט , ספּוילן/...

איך בין געשטאַנען און געטראַכט, אַז ביי דער לאָנדריניטשקע האָב איך געהאַט אַ גוטן , דזשאַב".. . דערווייל האָט די מיסיס קאָשעס זעט אויס באַטראַכט, װאָס צו טאָן מיט מיר. זי האָט מיר געוויזן אויף אַ בענקל, און זי האָט געבראכט דאָס שאַכטל מיט די גראָבע זיידענע פאָדים. די מיסיס קאָשעס איז געזעסן ביז איך האָב אויסגענייט נאָך אַ מאָץ"בלום. דערנאָך איז זי אַרױף אויף די טרעפּלעך און האָט פאַרמאַכט די טיר. אין שטוב איז געװאָרן אַזױ שטיל, אַזש ניט אָנגענעם. װאָס טוט זי דאָרט, די מיסיס קאָשעס? זי שלאָפט? אָדער זי נייט? מען הערט ניט קיין שאָרך פון יענער זייט טיר. בלױז דער סערװעט בי מיר אויף די קני, און דאָס שאַכטל זייד, זיינען געווען אַ סימן, אַז אין שטוב איז געווען די אַלטע. מיר איז געװאָרן פּראָסט אומ- היימלעך. ווען דער צימער װאָלט געווען אויף אַ העכערן שטאָק, װאָלט איך געוויס איבערגעלאָזן דעם סערװועט מיטן , דזשאַב", און איך װאָלט אַװעקגעגאַנגען, פּשוט אַנטלאָפן, נאָר איך בין געזעסן ביים פענצטער, אַ צען טריט פון טיר, הינטערן פענצטער זיינען פאַרבײיגעגאַנגען מענטשן, די גרענד סטריט איז געוען טומלדיק, װאָס איז דאָ פאַראַן זיך צו שרעקן? פונדעסטוועגן בין איך גלאַט אַזױ צוגעגאַנגען צו דער טיר און געפּרואװװט, צי זי עפנט זיך . . . יע, זי עפנט זיך. איך האָב זיך גענומען אויסנייען די ,פלאַוערס", אָבער דערפאַר, זעט אויס, װאָס איך האָב גע-

טאָגיבוך פון רבקה זילבע רג 88

פּרואװוט אַן עפן טאָן די טיר, איז די מיסיס קאָשעס געװאָרן אומרואיק. זי איז פּאַמעלעך אַראָפּ פון די דריי טרעפּלעך, און אַ קוק געטאָן אויפן סערוועט, זי איז צוריק אַװעק אויף די טרעפּלעך, און אין שטוב איז וידער געװאָרן די פריערדיקע שטילקייט, פּלוצלינג האָב איך דערהערט, אַז ביי דער אַלטער אין צימער קלינגט אַ טעלעפאָן. דאָס איז פאַר מיר געווען אַזאַ איבערראַשונג, אַזױ וי איך זאָל דערזען, אַז די מיסיס קאָשעס איז יונג געװאָרן, און האָט געקראָגן שװואַרצע האָר. אויב זי האָט אַ טעלעפאָן. רעדט זיך דאָך דאָרט אויך צו עמיצן. מסתם קומען דאָך אַהער מענטשן אויך. און מסתם גייט דאָך מיסיס קאָשעס אַרױס אין גאַס אויך.. עס איז שוין גאָר עפּעס אַנדערש,

פאַרנאַכט האָט מיר די מיסיס קאָשעס געגעבן אַ קװאָדער. --- מער האָב איך ניט איצט, --- האָט זי אַ זאָג געטאָן, --- מאָרגן, אם ירצה השם, על איך דיר געבן נאָך אַ האַלבן דאָלער... דערווייל װועט זיין גענוג פאַר דיר.., איך האָב זיך דערמאָנט, וי זי האָט מיר נעכטן געזאָגט, אַז דאָ אין אַמעריקע איז , האַרי אַפּ" (אויף שנעל), און קוקנדיק אויף איר האָט זיך מיר פאַרװאָלט לאכן. אַז איך בין אַרױס פון דער מיסיס קאָשעס, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז די אַלטע איז אַזױ געלאַסן דערפאַר, ווייל זי געדעקנט ניט אַז די טעג גייען איבער. די איינציקע זאַך איזן דער טע- לעפאָן . . . עפּעס אַזױ וי אַן איבעריקער אין דעם הויז. איך בין ניט געגאַנגען אַהיים צו אונדז, נאָר צו דער מיסיס שאָר. איך האָב מורא געהאַט, טאָמער איז רוט שוין געקומען און איך האָב ניט געװאָלט, זי זאָל זיך דערוויסן וועגן מיין , דזשאַב", בין איך אַרײין צו מיסיס שאָר. עס האָט זיך מיר געװאָלט ווייזן איר דעם קװאָדער, דערציילן װועגן דער מיסיס קאָשעס, און זיך אַן עצה האַלטן, צי זאָל איך מאָרגן גיין צו דער אַרבעט.

-- אַ קװאָדער האָט זי דיר געגעבן נאָך אַ טאָג אַרבעט ? -- האָט זיך די מיסיס שאָר אַ כאַפּ געטאָן פאַר אַ באַק, -- הערסט, רבקה'לע, איך האָב מורא, אַז אָדער דיין אַלטיטשקע איז חלילה אַ משוגענע, אָדער דאָס אין ,פעני די רביצין". אַז האָט מען דאָ, אויף גרענד סטריט, גערופן פענין. זי האָט טאַקע אויך געהאַט אַ שאַפּ פון אויסנייען , עמבראָידערי", און פרייטיק, אַז זי פלעגט

84 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

דאַרפן אויסצאָלן די מיידלעך די , פּעידי', פלעגן זיין אַזעלכע קריגערייען, אַז די שכנות פלעגן זיך פאַרשטאָפּן די אויערן. דער סוף איז געוען, אַז די שכנות טאַקע האָבן זי קאויסגעוויזן", זי ווילן ניט הערן די געשרייען, עס איז זיי געװען אַ רחמנות אויף די מיידלעך. עס קען זיין, אַז דו ביסט אַרײינגעפאַלן צו ,, פעני דער רבצין", באַצאָלן װעט זי דיר, נאָר ביז דו װעסט פון אֹיר דער- זען אַ סענט, קענסטו גיכער אַ כלה ווערן.

פון דער מיסיס שאָר בין איך אַרין אין שטוב. איך האָב זייער געװאָלט, עס זאָל קומען , רעד" און ער זאָל מיך רופן גיין צום איסט ריווער. איך האָב זייער געװאָלט אַרױסטרײבן די שטיל- קייט, װאָס האָט זיך אין מיר אאַרײנגעכאַפּט" ביי דער מיסיס קאָשעס אין שטוב אַזױ װי חלילה אַ שטילער ,דיבוק,, האָט זיך מיר געדאַכט. נאָר ,רעד"ן האָב איך ניט געטראָפן, געווען איז עדי עדי האָט זיך אַרומגעדרײט איבערן שטוב. איך האָב דער ציילט דער טאַנטע וועגן דער מציאה ביי דער מיסיס קאָשעס. עדי איז אויך צוגעקומען הערן, און ווען די טאַנטע איז אַװעק ענטפערן דעם טעלעפאָן, האָט מיר עדי געגעבן אין האַנט אַרין אַ צעטעלע און ער איז ניט געװאָרן. אַװעק ריידן מיט סעלמאַן -- אָט האָסטו זיךך! האָב איך אַ טראַכט געטאָן, טאָמער איז מיר װיײיניק די מיסיס קאָשעס . . . װאָס װיל עדי 4 וידער שון אַװעקגעטראָגן אַ פּליאָטקעלע צו , רעד"ן? איך האָב דאָס צע- טעלע ניט איבערגעלייענט. איך האָב עס אַרײנגעלײגט אין טאַש, און זיך גענומען איבערשרייבן די ענגלישע וערטער, װאָס די מיסיס שװאַרץ האָט אונדז געהייסן. עדי איז צו מיר צוגעגאַנגען. --- וי איז דיין ענגלישש? -- האָט ער מיך געפרעגט, אַז אַלע זאָלן הערן, און האָט אויף מיר געקוקט און געװאַרט אויף אַן ענטפער.

--- אָלרײיט, --- האָב איך געזאָגט און אפילו ניט קיין קוק געטאָן אויף אים. איך בין געזעסן און געשריבן, און געהערט וי עדי שפּאַצירט איבערן שטוב. סעלמא קוקט די בילדער פון איר ,מעגעזין" און רעדט עפּעס צו עדין. עדי ענטפערט איר און שפּאַי צירט איבערן שטוב. ער גיט אַלע מאָל אַ שפּאַציר נאָענט צו מיר,

טאָגיבוך פון רבקה זילבערג טס

--- מעגסט שוין שפּאַצירן פון היינט ביז איבער אַ יאָר װועל איך דיין צעטעלע איצט ניט איבערלייענען, מאָרגן . . . האָב איך געטראַכט. עדי איז אַװעק. ער האָט מיר פון צוייטן צימער אַ זאָג געטאָן: -- גוד נאַיט, רבקה.

-- גוד נאַיט, --- האָב איך אים געענטפערט. נאָך די צוטשע- פּעניש פעלט מיר : עדי מיט די צעטעלעך. שלאָפן ווילט זיך מיר ניט. איך האָב מורא, עס װעט זיך מיר וידער חלומען וי דער טאַטע פרירט,

די {אַמאָלילע" און די איצטיקט"

1טער מערץ,

די מיסיס קאָשעס האָט מיר היינט טאַקע אָפּגעגעבן דעם האַלבן דאָלער, װאָס זי האָט מיר געקומט פון נעכטן. און נאָך וי אָפּגעגעבן! זי האָט מיר דערלאַנגט פינף באַזונדערע דאַימס, אויסגעלייגט אויפן טיש איינס לעבן אַנדערן, מיר זאָלן קיין טעות ניט מאַכן אין חשבון. זעט אויס, אַז מיסיס קאָשעס איז טאַקע ניט ,פעני די רביצין", ווייל זי האָט זיך מיט מיר ניט געקריגט, מען קען זאָגן פאַרקערט, זי איז צו מיר געווען פריינטלעך, זי האָט מיר געזאָגט, אַז זי איז אויך אַמאָל געווען אַזױ יונג װי איך... נאָר אַ מענטש מוז אַלט װערן. קוקנדיק אויף דער מיסיס קאָשעס מיטן שטעקן, איז דאָס פאַר מיר קיין שטאַרקע שמחה ניט געוען, נאָר װאָס האָב איך איר געזאָלט זאָגן? אַז ס איז אַ ליגן? דער- פאַר, װאָס זי האָט מיר אָפּגעגעבן דעם נעכטיקן האַלבן דאָלער, האָט זי מיר שוין פאַר היינט ניט באַצאָלט,

--- איך װועל דיר מאָרגן באַצאָלן -- האָט זי מיר געזאָגט מיטן זעלביקן נוסח וי אייערנעכטן --- אויף היינט װעט זיין גענוג פאַר דיר,

צו מיין גרויס וואונדער איז מיסיס קאָשעס ניט אַװעק מיט די דריי טרעפּלעך אַרױף אין איר צימער, נאָר זי האָט גאָר אַוועק- געלייגט דעם שטעקן אויפן טיש און האָט מיך אַ פרעג געטאָן:

--- פון װאַנען קומסטו ? --- פון לובלין, האָב איך איר געענטפערט.

86 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

--- נו, װאָס איז דאָרט מלחמה, הא ?

-- יע, דאָרט איז ניט גוט,

--- גוט איז אין גן עדן, -- האָט מיסיס קאָשעס געזאָגט גלייכגילטיק, --- נו, און װי געפעלט דיר דאָ?

--אַ שיינע שטאָט ניו-יאָרק, געוויס,

--- װאָס איז אַ שיינע שטאָט? עס רוישט אין קאָפּ, מען קאָן חלילה גערירט ווערן, דאַט'סאָל (דאָס גאָר).

--- און ביי וועמען ביסטו דאָ?

--- ביי מיינע קרובים, ביי מיין מוטערס עה"ש שוועסטער.

--- װאָס זיינען איצט קרובים ? אַמאָל איז אַ טאַנטע געוען אַ טאַנטע. . . איך האָב אַלע מיינע שוועסטערן-קינדער אַריבערגע- בראַכט קיין אַמעריקע. נו, זעט מען זיי איצט אָן נאָר, אַז זי דאַרפן עפּעס --- קומען זיי, דעמאָלט דערמאָנט מען זיך אָן מיר, דאַט'ס אֶל. ווען קומען זי ?

--- טאַנטע, אפשר האָט איר אַ ;טעיבל-קלאָט" (אַ סערוועט) ?

--- טאַנטע, אפשר האָט איר אַ קאָװוער (צודעק) פאַר אַ קי" שעלע ?

--- טאַנטע אפשר האָט איר אַ זילבערן לייכטערל ?

--- נו, און דו מיינסט, איך גיב ניט ? איך גיב, און דאַט'ס אֶל. איז דאָס אַלץ גוט, װאָס איך בין נאָך אַן אַמאָליקע טאַנטע, די איצטיקע גיבן גאָרניט ! נאָר ;האַו-דודיו-"דו" און ,האו-דו-יו-דן" און דאַט'ס-אָל, אַנדערע יאָרן און אַנדערע קרובים.

--- נו, דו עסט ביי זיי אויך ? --- האָט מיך מיסיס קאָשעס ווייטער געפרעגט,

--- געוויס עס איך ביי זיי.

--- טאַקע אַ גוטסקייט . . . מען טרעפט נאָך אַזעלכע מענטשן? איך טרעף זיי ניט... -- די מיסיס קאָשעס האָט אַ הויב געטאָן מיט די אַקסלען, וי איינער זאָגט, ,איך גלויב ניט אין אַזעלכע זאַכן, אפילו אַז דו זאָגסט מיר, אַז יאָ". די מיסיס קאָשעס האָט אויף מיר אַ קוק געטאָן און האָט געזאָגט:

--- איצט איז יעדערער פאַר זיך, און דאַט'ס אָל, זי איז אַװעק צו די דריי טרעפּלעך װאָס פירן אַרױף צו איר צימער. איך

טאָגיבוך פון רב קה זילבערג 87

בין אַרױס פון דער מיסיס קאָשעס און דערזען, אַז די גרענד סטריט רוישט -- האָב איך זיך זייער דערפרייט.

די מיסיס שאָר האָט זיך אַרײנגעכאַפּט פרעגן ביי מיר, צי איז דאָס טאַקע , פעני די רביצין", וואו איך ארבעט,

--- ניין, --- האָב איך איר געזאָגט, -- דאָס איז ניט ,פעני די רביצין", דאָס איז גאָר די מיסיס קאָשעס, זי הינקט אויף אַ פוס,

--- און דעם האַלבן דאָלער האָט זי דיר אָפּגעגעבן ?

--- אָפּגעגעבן פאַר נעכטן, אָבער ניט באַצאָלט פאַר היינט . . .

--- מיר דאַכט זיך פאָרט, ס'איז , פעני די רביצין", -- האָט געזאָגט די מיסיס שאָר, -- מען דאַרף זיך אָקאָרשט דערויסן, צי זי האָט ניט צעבראָכן אַ פוס, -- און מיסיס שאָר האָט אַ זשמורע געטאָן אַן אויג, װוי איר שטייגער איז.

היינט אין אָװונט איז געקומען רוט. זי האָט, זעט אויס, גע- װאַרט, אַז ,רעד" זאָל קומען. , רעד" איז געקומען שפּעטער. רוט איז צוגעקומען צו אים. זי האָט געקראָגן צוויי , קאָמפּלימענטאַרי" בילעטן, ,טיקעטס" אין אַ מואווי, זען גרעטא גאַרבאָ.

--- קאַם אַן, --- האָט זי געבעטן , רעד"ן, -- קאַם אַן, , רעד" !

-- קאַם אן! האָט ,רעד" אַ זאָג געטאָן און זיך אויפנע- הויבן. רוט איז געװאָרן ליכטיק. איך האָב נאָך קיינמאָל ניט געזען רוטן אַזױ שיין, וי אין יענער רגע. זי האָט אַ שװועב גע" טאָן צו סעלמאן אַזױ גרינג, וי אַ פייגעלע.

גוד באַי, סעלמא, --- האָט זי געזאָגט און האָט זי אַ קוש

געטאָן.

עפּעס מאָדנע זאַכן טרעפן ביי מענטשן: אַז ערעד" האָט זיך אַ הויב געטאָן אויף גיין אין די מואוויס, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דער צימער, וואו מיר זיצן, איז געװאָרן זייער גרויס, און איך זיץ אין אַ ווייטן, ווייטן ווינקל פון צימער. מיר האָט עס ניט באַנג געטאָן, נאָר אַ ווייטקייט האָב איך דערפילט צווישן זיך און אַלעמען אין שטוב, אָבער אַזאַ ווייטקייט, אפשר וי קיין לובלין. איך האָב דערהערט וי ,רעד" גייט צו מיר,

--- קאַם אַן, רבקה, מיר וועלן זען גרעטא גאַרבאָ.

אַז , רעד" איז צוגעגאַנגען האָב איך דערפילט, אַז עס האָט

88 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

מיך אַ קלעם געטאָן אין האַרצן. װאָס איז געװאָרן מיט מיר ? ניט שוין זשע דאַרף איך טראַכטן פון , רעד"ן? אָדער עס דאַרף מיך אַרן צי , רעד" גייט אין די מואוויס מיט רוטן, צי ניין? איך האָב זיך גע'ישוב'ט צי זאָל איך מיטגיין, צי ניט. די טאַנטע האָט צו מיר אַ וואונק געטאָן :

--- גיי, רבקה, װעסט זען גרעטא גאַרבאָ. זי שפּילט ,װאָנ- דערפאָל". -- ,רעד" האָט גאָרניט געװאַרט אויף מיין ענטפער, ער האָט מיר שוין געבראַכט מיין מאַנטל,

--- אַי העוו טו טיקעטס (איך האָב צויי בילעטן)... -- האָט רוט אַ מורמל געטאָן. , רעד" האָט איר עפּעס געענטפערט אויף ענגליש. זעט אויס, אַז ער האָט איר געזאָגט, אַז מען װעט קריגן אַ דריטן. רוט איז עפּעס אַזױ וי הייזעריק געװאָרן. דער קול האָט ביי איר אויפגעהערט צו קלינגען. זי איז אַראָפּ פון די שטיגן די ערשטע. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז זי האָט צו שמאָלע אַקסלען. איך ווייס ניט, אפשר האָב איך ניט באַדאַרפט גיין ? און אפשר האָט רוט ניט באַדאַרפט קומען צו אונדז אין שטוב מיט בילעטן רופן ‏ רעד"ן? אָבער איך בין געגאַנגען... אפשר איז גלייכער אַז. ..

גרעטא גאַרבאָ איז מיר ניט געפעלן. זי איז צופיל בעל גאווה. ווען איך זאָל זי טרעפן װאָלט איך זי ניט ליב געהאַט. זי דופעט צופיל אויף איר שיינקייט. איך קען פונדעסטוועגן ניט פאַר- שטיין רוטן. אין לובלין װאָלט אַ מיידל ניט געטראָגן קיין בילעטן צו אַ בחור, און נאָך דערצו אין אַ פרעמד הוױז. װאָס פאַראַ מאָדנע שטאָט ניו-יאָרק איז. אַ מאָדנע שטאָט און מאָדנע מיידלעך.

דער באַל 2טער מערץ,

גאַנץ ניו-יאָרק האָט היינט אָפּגערופן צו אונדז אויפן טע- לעפאָן צוליבן פּורים באַל, די טאַנטע איז פאָרזיצערין פון דער ;טעיבל קאָמיטע", האָט דער טעלעפאָן ניט אויפגעהערט צו קלינ- גען. די מיסיס ראַבקין, די נייע ווייס פּרעזידענטין, האָט אָפּגערופן, אַז זי האָט אַ ,קעיק", ;שוין אײינמאָל אַ קעיק". און װאָס דאָס איז פאַראַ , שוין איינמאָל אַ קעיק" האָט זי ניט געװאָלט זאָגן,

טאָגי-בוך פון רבקה זילבצרג 89

--- דאָס דאַרף מען זען, -- האָט זי געזאָגט.

מיסיס ערליך האָט געקלונגען, אַז זי קומט צום באַל מיט פופציק האָמענטאַשן און מיט אַ מאָדקוכן. מיסיס ערליך האָט איבערגעגעבן, אַז מיסיס רובין האָט געקראָגן הונדערט פלעש- לעך קאָקאַיקאָלאַ. מיסיס סאָנשיין האָט אָפּגערופן, אַז זי האָט צוועלף פלעשער קאַרמעל ויין, און מיסיס ראָטשטײן, אַז זי האָט הונדערט פופציק גראַגערס. עס האָבן נאָך גערופן די וייס-פּרע- זידענטין, מיסיס שאַפּיראָ, די טרעזשורערין און ווער ניט? דער טעלעפאָן האָט געאַרבעט, וי אַ לעבעדיקער מענטש, ניט וי אַ טעלעפאָן,. און צום סוף האָט אָפּגערופן די פּרעזידענטין אַלײן, מיסיס טקאַטש, און האָט אָנגעזאָגט, אַז דער ווייס פּרעזידענט פון דער קאָמיטע , הילף פאַר די פליכטלינגע", מיסטער שאמוט אַלין, וועט קומען באַגריסן די פאַרזאַמלטע,

--- דיין מיסטער שאַמוט װעט קומען צום באָל, --- האָט מיר די טאַנטע אָנגעזאָגט אַ בשורה, און זי האָט באַלד אָנגעטאָן דעם קאַנטל אויף גיין אין האָל צוגרייטן די טישן, סעלמא איז מיט- געגאַנגען אויף מאַכן די דעקאַרײשאָנס" און צוגרייטן דעם ,טעיבל אָװו דהי יוטס" (טיש פאַר דער יוגנט),

-- קום אויך, רבקה, װועסט העלפן, ס'איז דאָך פאַר לובלין.

אין האָל האָבן מיר געטראָפן עטלעכע פרויען, אַלע אָנגע- טאָן אין פאַרטעכלעך, בלויע, ראָזע, גרינע. די מיסיס ראַבקין האָט זיך פאַרוויקלט דעם קאָפּ מיט אַ טיכל און האָט געקאָמאַנדע- וועט, וי אַן אמתע ווייס פּרעזידענטין, אין האָל האָבן מיר זיך דערוואוסט, אַז רבי פינקל װועט אויך קומען, און אפשר נאָך עמיצער... דאָס האָט מען דערוייל געהאַלטן בסוד. שפּעטער האָט אין האָל אָפּנערופן די מיסיס טקאַטש און האָט געזאָגט , שור" אַז מיסטער עדלשטיין, דער לובלינער לאַנדסמאַן, דער גביר, װאָס וואוינט אין לאָנג איילאנד, ועט זיין צום באַל. ער װעט קומען שפּעטער, אָבער , שור". פאַר מיסטער עדלשטין, פאַרן רבי פינקל און פאַרן ווייס פּרעיזדענט, מיסטער שאמוט, האָט מען געגרייט אַ , ספּעשל" טיש, און אויף יענעם טיש האָט מען אַװעק- געשטעלט מיסיס ראַבקינס , שוין איינמאָל אַ קעיק' און צויי פלעשער כרמל ויין. פון ביידע זייטן פון דעם , שוין איינמאָל

90 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

אַ קעיק" האָט סעלמאַ אַריײינגעשטעלט צויי יעדלאָװע צווייגעלעך און אויף יעדן צווייגל אויפגעהאנגען אַ גראַגער, איין גראַגער איז געווען אַ גרינער און דער צוייטער אַ רויטער. די פירמע ,וינ" טראָפּ" האָט אַריינגעשיקט אַ קאָסטן גרעיפּ פרוט. און דער דזשע- ניטער האָט אַרײנגעבראַכט אויפן פּלייצע אַ קויש מיט ,האַט דאָגס" (וואורשטלעך), און אויפן דיל איז געלעגן אַ באַרג מיט גרינע צווייגן, מען האָט געשפּרײט די סערוועטן און אויסגעלייגט גרינע צווייגלעך. די טעלער מיט די טעלערלעך, מיט די גאָפּל, מיט די מעסער האָבן אויסגעזען, װי געוויקסן, װאָס קוקן אַרױס פון צװישן גרינס. פאַרנאַכט זיינען די פרויען אַװעק זיך קדרעסן". סעלמא איז גייענדיק אַריין אין ביוטי- פּאַרלאָר. אינדערהיים האָבן מיר געטראָפן דעם אָנקל און עדין.

--- וואו איז סעלמא? --- האָט עדי אַ פרעג געטאָן.

--- מסתם זיך אַריינגעכאַפּט אין ביתימדרש, -- האָט דער אָנקל געזאָגט און אַ שמייכל געטאָן

דער אָנקל רופט דעם ,ביוטי פּאַרלאָר" בית-מדרש. עדי האָט אַ זאָג געטאָן : -- אָ, יע, --- און האָט אויך אַ לאַך געטאָן. עפּעס מאָדנע האָט מיר אויסגעזען זיין לאַכן און דאַכט זיך, אַז דער טאַנטע איז אויך זיין לאַך ניט געפעלן געװאָרן, וייל זי האָט זיך דאָ אַ בייזער געטאָן אויפן פעטער :

--- נו, און דו גייסט אין בית-מדרש ? װאָס שיקסטו עפּעס סעלמאן ? |

-- ווער שיקט ? -- האָט זיך דער אָנקל פאַרענטפערט.. --- און אַז איך װועל שיקן, װעט מען פאָלגן ?

די טאַנטע איז גאָר בייז געװאָרן: -- דאַכט זיך, אַז דיר האָט זיך פאַרגלוסט ווערן אַ רב ? --- האָט זי אים אַ זאָג געטאָן.

דער טעלעפאָן האָט אַ קלונג געטאָן. ס'איז געווען , רעד".

--- ,רעד" רופט, --- האָט די טאַנטע געזאָגט, --- ער װועט אויך קומען צום באל. --- עדי האָט זיך אָפּגעקערט צום שפּיגל און מיר האָט זיך געדאַכט דורכן שפּיגל, אַז ער איז בלייך געװאָרן און אפשר האָט עס אים דער שפּיגל אַזױ בלייך געמאַכט און מיר האָט זיך עס געדאַכט. סעלמא איז געקומען פון ביוטי- פּאַרלאָר,

טאָגי-בוך פון רב קה זילבע רג 91

פאַרקעמט מיט זיבן לאָקן אַרום האַלדז, און דאָס אין געווען שע- נער, װוי די דריי שטאָק קרייזלעך מיט אַ רויז אינדערהויך.

--- איז איט נייס ? --- האָט זיך סעלמא אַ דריי געטאָן אַנט- קעגן עדין,. מיר איז געווען אַ רחמנות אויף סעלמאן אין דער רגע. עדי האָט קוים אָנגערירט איינעם פון די לאָקן און האָט איר גע- ענטפערט : --- ווערי נייס (זייער שיין)... -- אָבער מיט אַזאַ קול, װוי ער װאָלט געטראַכט פון עפּעס אַנדערש,

די מיסיס שאָר האָט מיר געבראַכט די ליליא סאַמעטענע בלום. זי איז ווירקלעך אַ גוטע, די מיסיס שאָר.

--- איך װעל דיך ניט לאָזן גיין אָן דער בלום, -- האָט זי געזאָגט, --- דאָס מזל װעט זיך פון דיר חלילה אָפּטאָן...

-- װאָס פאַראַ מזל ?

--- װאָס דו געפעלסט די עבאָיעס', -- האָט די מיסיס שאָר אַ זשמורע געטאָן מיט אַן אויג און האָט אַליין מיר צוגעשפּיליעט די ליליאַ-בלום צו די האָר,

אויפן באַל איז געקומען , רעד". ער איז היינט געווען אַ מאָד- נער ,רעד",

-- רבקה, איך דאַרף דיך עפּעס פרעגן! "ריעלי" (ווירקלעך) איך דאַרף דיך פרעגן...

--- שוין ווייטער עפּעס פרעגן ? --- האָב איך אַ לאַך געטאָן

-- לאַך ניט, רבקה, איך וויל דיך עפּעס פרעגן...

-- נאָכן פבאל", --- האָב איך אַ זאָג געטאָן ,רעד"ן.

--- ניין, פאַרן באַל...

איך האָב געמאַכט אַ קניפּל אויף מיין נאָזטיכל און געװאָרפן גורל, , רעד" האָט אַרױסגעצױגן דעם גלאַטן ראָג, ביי מיר אין האַנט איז געבליבן דאָס קניפּל.

--- יור'ס לאָקי, --- האָט , רעד" אַ זאָג געטאָן.

--- װאָס הייסט , לאָקי" ?

--- , לאָקי" מיינט אַז מען נעמט דאָס קניפּל... -- האָט , רעד" געזאָגט,

עס איז אָנגעקומען מיסטער שאמוט. דער גאַנצער עולם האָט אָנגעהויבן פּאַטשן בראַװאָ, ווען מיסטער שאמוט איז דורכגעגאַנגען צום , ספּעשל" טיש. געפירט האָט אֹים מיסיס טקאַטש אַלײן און

92 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

האָט אַליין אים צוגערוקט דעם שטול. מיסטער שאמוט האָט גע- שמייכלט. איך האָב איצט געזען קלאָר װוי דער טאָג, אַז ער איז געראָטן אין אונדזער לובלינער חזנטע, און האָט באמת אַ וויי" בעריש פּנים. באַלד איז אויך אָנגעקומען רבי פינקל, ער האָט זיך געזעצט אינמיטן, פון דער רעכטער זייט אין געזעסן מיסטער שאמוט און פון דער לינקער זייט איז געשטאַנען אַ לידיקער שטול, װאָס האָט געװאַרט אויף מיסטער עדלשטיין, דעם גביר פון לאָנג איילאנד. רבי פינקל איז געזעסן און ניט גערירט מיט קיין גליד, גלייך װוי דער גאַנצער עולם אין זאַל איז אים געקומען פרעגן אַן עצה, און עֶר זיצט און באַטראַכט, װאָס זיי צו עצהנען...

;רעד" האָט מיך אַ רוף געטאָן טאַנצן

--- דו ווייסט דאָך, איך טאָר ניט; די מאַמע ע"הש...

--אָ, יע -- האָט ,רעד" געזאָגט און גענומען סעלמאן,

ווען סעלמא האָט געטאַנצט מיט , רעד"ן, איז עדי צו מיר צו- געגאַנגען.

--- דו ווייסט, רבקה, רוט איז ;ענגרי" (בייז) אויף דיר...

--- פאַרװאָס ?

--- זי זאָגט, אַז , רעד" איז אַ , לאופער" (אַן אַרומלויפער)...

-- אַ װאָס ?

-- אַ באָם,

--- װאָס ?

--- װעל יא , לאופער",

איך האָב ניט פאַרשטאַנען, װאָס ער האָט מיר געזאָגט וועגן ;רעד'ן", איך האָב אָבער געוואוסט, אַז קיין גוטס רעדט ער אויף אים ניט.

--- רוט גייט שוין מיט , רעד"ן דריי יאָר מיט פיר מאָנאַטן...

---מיט פיר מאָנאַטן 0..

איך האָב דערפילט אַ כעס. מיר האָט זיך געװאָלט עדין אויסזידלען, און איך האָב אים אַ פרעג געטאָן:

--- און וי לאַנג גייסטו שוין מיט סעלמאַן? מיט מין קוזינע סעלמא ?

-- דו ביסט אַ שלעכטע, רבקה, אַ שלעכטע...

טאָגיבוך פון רבקה וילבערג 93

די טאַנטע איז צוגעקומען צו אונדז. ‏ די טאַנטע קומט שטענ- דיק צו, ווען איך רייד מיט עדין.

--- עדי, --- האָט די טאַנטע געבעטן, -- פּליז (זיי אַזױ גוט), ברענג מיר אַ טרונק, מיר איז הייס. --- עדי איז אַװעק.

אין זאַל איז דערווייל אַרײין מיסטער עדלשטיין און פּונקט, וי אַ גרויסער פּראָסט זאָל אַרײן, איז אין צימער אַלץ מיט אַמאָל פאַרפראָרן געװאָרן. די טענצער האָבן אויפגעהערט טאַנצן, די ריידער האָבן אויפגעהערט ריידן, און דער עולם האָט זיך אַזױ פאַרלאָרן, אַז מען האָט פאַרגעסן פּאַטשן בראַואָ. ערשט, אַז מיס- טער עדלשטיין האָט זיך אַװעקגעזעצט אויפן לײידיקן שטול לעבן רבי פינקל, האָט דער עולם זיך אַזױ וי אױיפגעכאַפּט און האָט אָפּגעפייערט אַזאַ פּאַטשערײ, װאָס איך האָב נאָך אֵויף מיין לעבן ניט געהערט. לעבן מיר איז אין גרויס איילעניש דורכגעגאַנגען די מיסיס ראַבקין, זי האָט געטראָגן אַ טעצעלע און אויפן טעצעלע אַ פלעשל קאָקאַ-קאָלאַ. זי האָט עס געטראָגן פאַר מיסטער עדלשטיין און האָט געװאָלט דאָס אים אַליין דערלאַנגען. נאָר ס'איז איר ניט באַשערט געווען. זי האָט זיך ספּאָטיקעט אָן אַ שטול, דאָס בלויע טעצעלש איז אַרױסגעפאַלן פון אירע הענט, האָט זיך דריי מאָל איבערגעדרייט און איז געבליבן שטיין בשלום אויף דער ערד, און דאָס פלעשל קאָקאַ-קאָלאַ, האָט זיך געלייגט אויפן בייכל און האָט זיך אַװעקגעקאַטשעט אַזש צום טיש, גלייך צו מיסטער עדלשטיין. דער עולם האָט געפּאַטשט.

-- גוט נוֹ. .. --- האָט מיסיס ראַבקין אַ זאָג געטאָן.

די פּרעזידענטין אַליין, מיסיס טקאַטש, האָט אויפגעהויבן דאָס פלעשל קאָקאַיקאָלאַ און עס דערלאַנגט מיסטער עדלשטיינען. נאָר די גרעסטע איבערראַשונג איז פאָרט געבליבן מיסטער עדלשטיין אַליין. אויף דעם זעלבן בלויען טעצל, װאָס מען האָט אים דער- לאַנגט די קאָקאַיקאָלאַ ,האָט מיסטער עדלשטיין אַװעקגעלײגט אַ גאַנצן הונדערטער. דער עולם האָט ווידער געפּאַטשט בראַװאָ, און אפילו רבי פינקל האָט זיך אַ ריר געטאָן פון אָרט און האָט אַ קוק געטאָן אויפן הונדערטער.

כאָטש מיסטער שאמוט איז ניט געווען דער פאָרזיצער, אָבער ער האָט זיך געפילט היימיש, וי אַן אמתער לאַנדסמאַן. ער האָט

04 פון לובלין ביז גיו:יאָ רק

אַ קלאַפּ געטאָן מיט אַ מעסער אין אַ פלעשל און האָט אַ זאָג געטאָן:

מיר בעטן די לובלינער זיך זעצן און די ניט לובלינער בעטן מיר זיך אויפפירן, װי אמתע לובלינער ! זיינען די לובלינער גע" ווען צופרידן, װאָס זיי זיינען לובלינער, און מען האָט געפאָלגט און זיך געזעצט. רבי פינקל האָט געמאַכט הויך א המוציא און צע- שניטן דעם המן-טאַש אויף צען פּענעצן. מיסטער שאמוט האָט אַ ווייז געטאָן אויפן צעשניטענעם המן-טאַש און געמאָלדן, אַז דאָס איז א עמזומנער הונדערטער", און וװוער עס ויל פאַרזוכן אַ ריכטיק שטיקל המךרטאַש, מוז איצט אָנקומען צו אים, צו מיס- טער שאמוט,

דעם ערשטן פּענעץ האָט געקויפט מיסטער רובין און האָט אַליין צוגעטראָגן צען דאָלאַר. דער עולם האָט אים באַלד אָפּגע- פּאַטשט דעם פיינעם בראַװאָ. דעם צוייטן פּענעץ האָט געקויפט די פּרעזידענטין, מיסיס טקאַטש, דעם דריטן מיסיס ערליך, און מער זיינען קיין בעלנים ניט געווען. דעמאָלט האָט מיסטער שאמוט געהאַלטן אַ רעדע, א ;ספּיטש".

,חשובע פאַרזאַמלטע, ליידיס און דזשענטלמען! אַלע פּורים פון אַלע יאָרן מעגן מיר יאָ עסן המן-טאַשן, און מיר מעגן ניט עסן, דאָס איז ניט קיינעמס עסק, אָבער דאָס יאָר, מיינע טייערע לובלינער לאַנדסלײט, מוזן מיר עסן המן-טאַשן, ווייל אין לובלין וויל מען אויך עסן".. . און מיסטער שאמוט האָט אַ ויז געטאָן מיט זיין גראָבן פינגער פון דער רעכטער האַנט אַהינטער זיין פּלייצע, און האָט צוגעגעבן: ;און אַ המן איז שוין אויך איבער זיי נעבעך דאָ"...

אַ פרוי האָט אַ זיפץ געטאָן און דער , טעיבל אָװו יוטס" האָט באַלד געקויפט אַ פּענעץ המך-טאַש, סעלמא האָט צוגעטראָגן צען דאָלער,. דער עולם האָט זיי אויך געפּאַטשט בראַװאָ. דערנאָך האָט מען אױסגעפּלעט , געראַפלט" מיסיס ראַבקינס , שוין אײנמאָל אַ קעיק", און דערנאָך האָט מען פאַרקויפט די גראַגערס, אַ דאִים אַ גראַגער. דערנאָך האָט מען פאַרקויפט אַ קאַראַהאָד און געמאַכט אַ ,סעיל" (אַן אױספאַרקױיף) אויף די ליידיס, יעדער מאַן האָט באַדאַרפט קויפן אַ ליידי פאַר אַ קװאָדער. מיסטער שאמוט האט

טאָגיבוך פון רבקה זילבצרג 96

געקויפט די פּרעזידענטין מיסיס טקאַטש. מיסטער רובין האָט געקויפט זיין אייגענע מיסיס. מיסטער עדלשטיין האָט אַ זוך געטאָן מיט די אויגן איבערן זאַל, און איך האָב געזען וי ער האָט אַ קוק געטאָן אויף דער ליליא בלום אין מיינע האָר, און האָט עפּעס געזאָגט דעם מיסטער שאמוט.

--- אונדזער חשובער גאַסט, מיסטער עדלשטיין, גיט הונדערט קװאָדערס פאַר דער ליידי מיט דער ליליא בלום,

מיסטער שאַמוט האָט מיך אָפּגעמאָסטן מיט די אױגן און האָט מיך דערקאָנט: -- אָ, די ,גרינע" לובלינערקע! האָט זי שוין פאַרדינט אַזויפיל קװאָדערס וויפיל אַלע ליידיס צוזאַמען.

מיסטער שאמוט האָט מיך צוגערופן מיט די אויגן און האָט אַ זאָג געטאָן צו מיסטער רובין, װאָס איז געזעסן אין דער נאָענט :

--- נו, װאָס האָט איר מיט איר געמאַכט מיט דער ,גרינער"?

--- צוגעזאָגט איז צוגעזאָגט, --- האָט געענטפערט מיסטער רובין, --- דאָס מיידל, װאָס קלייבט די , פּיסעס" ביי מיר אין פעקטאָרי קלייבט זיך חתונה האָבן...

--- זעט, זי זאָל זיך ניט צו לאַנג קלייבן, -- האָט מיסטער שאמוט פאַרענדיקט, װאָס מיסטער רובין האָט געװאָלט אַרױס-

ברענגען. --- צוגעזאָגט, איז צוגעזאָגט, -- האָט זיך מיסטער רובין געהאַלטן ביי זיינס, -- נו, דאַנקען מיר אייך טאַקע, -- האָט מיסטער שאמוט

אַ זאָג געטאָן און האָט זייער ערנסט דערלאַנגט די האַנט מיסטער רובינען, און זיי האָבן איינער דעם אַנדערן זייער האַרציק גע דריקט די הענט און אייענר פון דעם אַנדערן שטאַרק הנאה געהאַט.

ווען עס האָט זיך אויסגעשטעלט דער , קאַראַהאָד" און יעדע ליידי האָט באַדאַרפט גיין צו איר , קאָסטאָמער", האָב איך געזאָגט צו מיסטער עדלשטיין :

--- איך טאָר ניט טאַנצן . . . מיין מאַמע עה"ש . . . ס'איז נאָך קיין יאָר ניטאָ װוי זי איז טויט.

מיסטער עדלשטיין האָט מיך אָנגעקוקט מיט גרויע זייער דורכזיכטיקע אויגן און איך ווייס ניט, צי ער האָט געלאַכט פון

90 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

מיר, צי ער האָט רחמנות געהאַט אויף מיר, נאָר אויסגעזען האָט עס, װוי ביידע זאַכן צוזאַמען

--- וואו איז געשטאָרבן דיין מוטער?

--- אין לובלין.

-- וי לאַנג ביסטו פון דאָרט ?

-- אַכט מאָנאַטן,

-- נו, -- האָט ער אַ זאָג געטאָן, -- אויב ניט טאַנצו טאָ העלף מיר אויסציילן די קװאָדערס,

איך האָב אים געהאָלפן אויסציילן פינף און צװאַנציק דאָלער.

-- רוף מיך אָפּ, ווען דו װועסט דאַרפן, --- האָט מיר געזאָגט מיסטער עדלשטיין און האָט ווידער מיך אָנגעקוקט וי פריער. גיכער וי אַלץ האָבן זיינע אויגן געלאַכט. ער האָט זיך אויפגע- שטעלט, דערלאַנגט די האַנט דעם רבי פינקל, מיסטער שאמוטן און מיר האָט ער געזאָגט :

--- גוד ביי, מיי יאָנג ליידי,

מיסטער שאמוט האָט געמאָלדן, אַז דער באַל האָט אַרײנ- געבראַכט דריי הונדערט און פופציק דאָלער. דער עולם האָט פריילעך געפּאַטשט,

װאָס זיי צעפּאַטשן בראַװאָ, איז דאָס גאָר אָן אַ שיעור. דער קאַראַהאָד איז געווען אַ פריילעכער. יעדערער האָט, זעט אויס, געװאָלט אױיסטאַנצן דעם קװאָדער. ווען דער עולם האָט צוגע- טופּעט מיט די פיס, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך זע מיין טאַטן ליגן ביי קראסוליען אין שטאַל, מיטן רוקן צוגעטוליעט צו דער װאַנט. עס איז אים שטאַרק קאַלט און ער האַלט די הענט פאַר- רוקט אונטער אַ בערגל שטרוי. אָט אַזױ וי איך האָב אים געזען אין חלום. מיר איז געװאָרן פינצטער פאַר די אויגן און איך האָב זיך צוגעזעצט. , רעד" איז צו מיר צוגעגאַנגען :

--- װאַט'ס די מעטער (װאָס איז געשען), רבקה ?

איך האָב ניט געװאָלט זאָגן װעגן דעם חלום און איך האָב אים געענטפערט :

--- עס איז מיר קאַלט געװאָרן.

--- ביסט , טייערד" (מיד) --- האָט ער געזאָגט, און האָט מיר געבראַכט אַ טעפּעלע הייסע קאָפע.

טאָגיבוך פון רבקה זילבערג 97

- זאָג מיר, , רעד", װאָס הייסט עס אַ ,באָם"? אַ ,לאו" פער ?" --- האָב איך אַ פרעג געטאָן , רעד"ן.

,רעד" האָט עפּעס אַ טראַכט געטאָן. איך האָב געזען, וי ביי אים איז דורכגעלאָפן אַ שמייכל איבערן פּנים, און ער האָט אַ זאָג געטאָן :

--- אַ , לאופער" ? אָט עדי איז אַ , לאופער"... -- איך האָב אָנגעהויבן לאַכן און , רעד" אויך, מיר האָבן זיך ביידע גוט פאַרשטאַנען,

איך מיין, עס קען ניט זיין, אַז ,רעד" זאָל זיין אַ , באָם".

די , שײיגע פּאֲווט" 4טער מערץ.

איך האָב נאָך קיינמאָל ניט געזען די אַלטע מיסיס קאָשעס אַזױ גוט געשטימט וי היינט. מעגלעך, אַז דאָס איז צוליבן וועטער. עס איז טאַקע היינט געווען אַ זעלטענער װעטער. װאַרעם און זו"י ניק און די גרענד סטריט האָט צעעפנט די פענצטער און אַלע ראַדיאָס האָבן אַ שפּיל געטאָן. עס איז געוען זייער מילד, אָט טאַקע װוי עס דאַרף זיין פּורים. און מעגלעך, אַז די אַלטיטשקע איז געווען צופרידן פון אירע , אייזעדזשענטקעס", זיי זיינען ביי איר געקומען נעמען היינט ,װאַרע" (סחורה). פיר פרויען זיינען היינט ביי איר געווען און איך האָב זיך פון זיי דערואוסט, אַז די מיסיס קאָשעס האָט מען אַמאָל גערופן ;די גאָלדענע נאָדל". זי איז געווען די גרעסטע מייסטערקע אין ניו-יאָרק, איין , אייך- זשענטקע", מיט זייער גרויסע ברוינע אויגן, װוי זי זאָל צופיל וויינען מיט זיי און זיי זיינען דערפון צעצויגן געװאָרן, האָט אַ זאָג געטאָן :

--- װאָס דו ביסט עפּעס אַן ,עקסעטּשן" (אויסנאַם) ביי איר, װאָס דו אַרבעטסט דאָ ? אַנדערע מיידלעך לאָזט זי אויפן אויג ניט אַרױף, זי קען ניט זען, וי זיי באַגראָבן די אַרבעט. אַרבעטן זיי ביי זיך אינדערהיים און ברענגען די פאַרטיקע אַרבעט אַהער. פאַרדינען איז ביי איר ניט גרינג, זי טראַכט ניט, אַז מען דאַרף מאַכן אַ דאָלער, נאָר זי היט דער ,פלאַוער" זאָל שיין אַרויסקו-

98 פון לובלין ביז ניו:-יעַרק

מען, . . װער קען עס ;עפאָרדן" (זיך דערלויבן)? זי -- און די איידזשענטקע" האָט אַ ווייז געטאָן אויף די דריי טרעפּעלעך און געמיינט האָט זי די מיסיס קאָשעס --- זי האָט אַמאָל אויסגענייט אַ פּאַווע ... . האָט מען עס גענומען אויף אַן עקסהיבישן (אויס" שטעלונג) און זי האָט געקראָגן אַ פּרײז עפּעס פון אַן ,אַרט סאָסייעטי" און דערנאָך האָט זי געקראָגן אַ בריוו פון מעיאָר. וויי, װאָס עס האָט זיך דעמאָלט געטאָן...

שפּעטער איז געקומען נאָך אַן , איידזשענטקע", אַ העל וױי- בעלע, אַ קיילעכדיקע, מיט זומער-שפּרינקעלעך, װאָס האָבן בי איר געבליט אין מערץ, פּונקט וי עס זאָל שוין זיין מיטן זומער.

--- עמיצער איז דאָרט פאַראַן ? --- האָט זי ביי מיר געפרעגט, ווייזנדיק אויף די דריי טרעפּעלעך.

זי האָט זיך אַ וויילע צוגעקוקט צו מיין אויסנייען און דער- נאָך אָנגעהויבן דערציילן : --- איך האָב ביי איר געאַרבעט ניין יאָר... איצט איז זי שוין גאָלד, אַמאָל פלעגט זי זיך בוקן צו דער נאָדל, װי צו אַ געטש. . . בעסער זין אַן ;איידזשענטקף" וויפיל איך קען נעם איך און מאַך אַ דאָלער ..

-- זיסעלע -- האָט מיסעס קאָשעס אַ רוף געטאָן דאָס ווי- בעלע מיט די זומער-שפּרינקעלעך,

מיר געפעלט זייער, װאָס דאָס וייבעלע הייסט זיסעלע. דער נאָמען פּאַסט זיך צו איר אַזױי גוט, אַזױ וי זי זאָל מיט אים געבאָרן ווערן.

די דריטע , איידזשענטקע" האָט זיך צוגעזעצט לעבן מיר און מיר געוויזן חסרונות,

-- אָט דאָס טאָר ניט זיין.. . אָט אַזאַ קניפּל. אָט ,זי" קען מאַכן אַרבעט, אַהאַ, --- און זי האָט אַ ווייז געטאָן אויף די דריי טרעפּעלעך, --- נאָר זי האָט אַ ווינט אין קאָפּ, --- און די , אייד- שזענטקע" האָט אַ ווייז געטאָן מיט דער האַנט ביים שטערן.

די פערטע , איידזשענטקע" איז געוון אַ יונג מיידל, זי האָט עפּעס צו מיר גערעדט אויף ענגליש, איך האָב ניט פאַרשטאַנען װאָס,

--- יו'ר אַ רעפודזשי ? -- האָט זי אַ מאַך געטאַָן מיט דער האַנט און מער צו מיר ניט גערעדט.

טאָגי-בוך פון רבקה זילבע רג 99

ווען די , איידזשענטקעס" זיינען אַװעק איז די מיסיס קאָי שעס אַראָפּ צו מיר פון די טרעפּלעך.

--- זיי אַלע זיינען דורך מיר אַריין אין פאַך, --- האָט זי גע" זאָגט. --- אָט די זיסעלע האָט אַ נאָדל ניט געקענט האַלטן, וען זי איז צו מיר אָנגעקומען. שפּעטער האָט זי זיך אויסגעלערנט, גאַנץ גוט געאַרבעט, אָבער ביי זיי איז דער עיקר ;האַרי אַפּ", אָפּגעאַרבעט אַ טאָג, אָפּגענומען דעם דאָלער און דאָטס אָל. זיי האָבן געאַרבעט גוט, נאָר קיין געפיל ניט געהאַט. מיט איין און פערציק יאָר צוריק, ווען איך בין אַהער געקומען, איך בין נאָך דאַן אַזױ יונג געווען וי דו איצט, האָב איך געמאַכט די שענסטע אַרבעט אין ניו-יאָרק, --- די אַלטע איז אַװעק צו זיך אין צימער און זי האָט פון דאָרטן געבראַכט אַ בלויע, װאָלענע טוך. אויף דער טוך איז געווען אויסגענייט אַ גאָלדענע פּאַװע, מיט אַ צע- לאָזענעם עק, וי אַ רעגנבויגן. די טוך האָט אַ גלאַנץ געטאָן פאַר די אויגן, דער פּאַװעס עק האָט זיך אַ מינע געטאָן מיט די סך קאָלירן, וי אַ ווינט זאָל דורכלויפן. דאָס איז ווירקלעך געוען אַ זייער שיינע טוך און אַ זייער שיינע פּאַװע.

-- אָט אַזױי שיין בין איך אַליין אויך געווען דעמאָלט, און די סוך וויל איך ניט פאַרקויפן, ווייל אין דער טוך בין איך גע- גאַנגען צו דער חופּה, און האָב אויסגעזען וי אַ שיינע פּאַװע. צוויי הונדערט דאָלער האָט מען מיר געװאָלט געבן פאַר דער טוך, װאַרבורגס שנור האָט עס געװאָלט פאַר זיך קויפן, אָבער איך האָב ניט געװאָלט. פאַר מיר איז ווערט, אַז איך גיב אַמאָל אַ קוק אויף דעם. נו, שפּעטער אין דער מאַן געשטאָרבן. די אױגן זיינען קאַליע געװאָרן, אַ פוס צעבראָכן, די יאָרן זיינען אַװעק... מיט דער טוך ווילט זיך מיר ניט שיידן. --- די אַלטע האָט אויפ- געלייגט די טוך, זי האָט עס אַרײנגעלײגט אין אַ וייסן ליילעך, אַרומגעשפּיליעט מיט זיכער-נאָדלען, קיין שטויב זאָל נִיט צו קומען.

איך בין אַרױס פון דער מיסיס קאָשעס. די גרענד סטריט איז שוין געווען אָנגעצונדן מיט רויטע, מיט געלע און בלויע פייערן, מיר האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס פליט דאָרט אַרום די שיינע פּאַװע, זי גנבעט זיך אַרױס פון דער מיסיס קאָשעס שטילן צימער, זי

100 פון לובלין ביז ניו:יאָ רק

פליט איבער דער גרענד סטריט און ברענט, וי אַ רעגנמיגן איבער דער לאַנגער נאַכט.

די מיסיס שאָר האָט זיך אַרײנגעכאַפּט פרעגן ביי מיר, צי איז דאָס טאַקע , פעני די רביצין" וואו איך אַרבעט.

--- ניין, האָב איך איר געזאָגט, דאָס איז ניט , פעני די רביצין" --- דאָס איז גאָר די שיינע , פּאַווע", װאָס זי האָט זיך צעבראָכן אַ פוס, און דער מאַן איז ביי איר געשטאָרבן, און די אויגן זיינען ביי איר קאַליע געװאָרן, און זי איז אַלט געװאָרן.

-- נו און דעם דאָלער האָט זי דיר באַצאָלט, די שיינע פּאַװע ?

איך האָב ניט געװאָלט באַריידן די מיסיס קאָשעס, אַז זי האָט מיר בלויז געגעבן אַ האַלבן דאָלער, און איך האָב געזאָגט :

-- יע, זי האָט מיר אָפּגעגעבן . . .

מיסטער שאָר 5 טער מערץ.

עפּעס איזן מיר גאָר ניט איינגעפאַלן טראַכטן, ואו איז מיסטער שאָר ? אוב עס איז דאָ אַ מיסיס שאָר, דאַרף דאָך זיין אַ מיסטער שאָר אויך... נאָר היינט אין טאַקע געקומען צופאָרן מיסטער שאָר אויך. געקומען איז ער אַזש פון קאַליפאָרניע. ער פירט דאָרטן ,האָלסײל ביזנעס" (הורטאָוונע געשעפטן) מיט פרוכט, מיסיס שאָר האָט אונדז אַלעמען פאַרבעטן צו זיך אויף פיש, לכבוד דעם גאַסט, האָט זי געזאָגט. מיסטער שאָר האָט אַרױיפ- געטראָגן אויפן טיש ,/משקה", מענדל פּושקאַרט איז אויך אַריבער- געקומען און האָט פאַרזוכט פון אַלע פלעשלעך:

--- מען דאַרף מאַכן אַן , אינספּעקשן", האָט ער געזאָגט, װאָס עס טויג, טויג, און װאָס עס טויג ניט, דאַרף מען איס.- טרינקען.

די מיסיס שאָר האָט וועגן איר מאַן גערעדט בלשון ;ער" און דווקא פאַר אים אין די אויגן און זייער גוטמוטיק :

--- איך ווייס ניט פונװאַנען זיי דערוויסן זיך אַלע, אַז פער" דאַרף קומען ? דאַכט זיך, איך שיק זיי ניט קיין טעלעגראַמעס.. און די מיסיס שאָר האָט געבראַכט אַ פולע האַנט מיט קאָנװערטן..

טאָגיבוך פון רבקה זילבערג 101

-- אַז איך דערזע די אענװעלאָפּס* אָנקומען, ווייס איך שוין אַז ;ער" פאָרט. און זי האָט אויסגערעכנט די גענװעלאָפּס? :

-- אַ ביל פון קרן קיימת,

-- אַ ביל פון ;אַרבעטער רינג".

-- אַ ביל פון ,רבי יצחק אלחנן".

-- אַ ביל פון די ;אָלד ליידיס שעלטער סאָסײיעטי?.

-- אַ ביל . . .

איך פרעג אים : ואו באַלאַנגסטו?

מיסטער שאָר האָט זי אָפּגע'פּטר'ט בקיצור: -- א דאגה וואו מען באַלאַנגט . . . די בילס דאַרף מען באַצאָלן . . . און דערנאָך האָט ער געמאַכט מיט דער מיסיס שאָר אַ חשבון :

-- ארץ ישראל דאַרף מען? בי װאָס װעט מען בלייבן אָן ארץ ישראל 4 ...

מענדל פּושקאַרט האָט צוגעגעבן: מיט ארץ:ישראל בין איך מיט אייך מסכים. ער זאָל דאָס נאָר ניט קאַליע מאַכן דער בן- נידה, דער דוטשע זייערער.

מיסטער שאָר האָט ווייטער געוויזן זיין חשבון פון די בילס:

-- נו און דאָ קען מען דאָך אויך ניט גי עקסקיוז מי, אָן הױזן . . . די ,באָיעס" דאַרפן דאָך עפּעס לערנען ביי רבי יצחק אלחנן . . . זיי זיינען אַזױ אויך גענוג גוים.

מענדל פּושקאַרט האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן:

--- אַרױסגעװאָרפן דאָס געלט . . . זיי קענען דען לערנען?

אָבער מיסטער שאָר האָט זיך ניט אונטערגעגעבן:

--- נו, וויפיל זיי קענען, קענען זײי . . . און אַז איך האָב פאַרגעסן דאַװונען? דער ,אידזשענט" פון אַרבעטער רינג" זאָגט ווייטער --- די שולן . . . מען לייענט דאָרט שלום עליכמס ביכלעך . . . נו דו האָסט ניט ליב הערן שלום עליכמען?

--- ארויסגעװאָרפן געלט, האָט וייטער זיך אַ כאַפּ געטאָן מענדל פּושקאַרט, זיי קענען דען ליײענען? מיין שכנס אינגל, אַ , באָיטשיקל", ער בעקעט, און ער מעקעט און ער ספּאָטיקעט זיך, ניט דאָ געדאַכט, טאַקע וי אַ בלינד פערד. . .

אָבער מיסטער שאָר האָט געוואוסט איין טענה:

-- אַ דאגה, װאָס זיי טוען טוען זיי, מען קען דאָך ניט

102 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

פאַראַמאָל אַלץ כאַפּן, איך אַליין לייען אויך ניט אַזױ אַי, אַי, אַי פונדעסטוועגן לעב איך. אַמאָל, פאַרשטײט איר מיך, פלעגט מען קלייבן די מצוות, און איצטער װעט מען דאַרפן מיטנעמען די עטלעכע בילס אויף יענער װעלט, אַלץ בעסער װי גאָרנישט. . . און עֶר האָט זיך אַ בייזער געטאָן אויף דער מיסיס שאָר :

--- הערסט, באַשע-גיטל, זאָלסט מיר די , רעסיטס" ניט פאַר- װאַרפן . . . און טאַקע אַרײנלײגן אין , דראָ? (שופלאָד), מיר װעלן עס אם ירצה השם דאַרפן האָבן . ., . איך װעל פאַר דיינטוועגן אויך עפּעס באַזאָרגן, בייזער זיך ניט . . . דער עולם האָט געלאַכט און דער אָנקל האָט אַ זאָג געטאָן :

--- גוט, אויב זיי װועלן דאָרט קענען, אויף יענער ועלט, לייענען די ענגלישע רעסיטס.

--- זיי ליגן שוין אין , דראָ", זיי ליגן שוין האָט מיסיס שאָר אַ זשמורע געטאָן אַן אויג,. װי איר שטייגער איז, פאַר די אַלע בילס, אַרט מיך ניט . . . נאָר זאָג מיר װאָס ביסטו פאַר אַ מחותן מיט די ,אָלד ליידיס" ? (אַלטע פרויען).

--- מיסטער שאָר האָט זיך צעשאָטן מיט אַ געלעכטער, ער האָט הנאה געהאַט פון לאַכן :

--- אָט דאָס איז שוין צוליב דיר . . . פאַרדיינעטוועגן. . . האָט ער געלאַכט.

-- , דענקס אַ לאַט" (אַ פיינעם דאַנק). --- האָט געזאָגט די מיסיס שאָר, צו די אָלד ליידיס" פּאַקעװצט ער מיך גאָר . .

טרינקען קאַװע איז מען אַריבער צו אונדז, ווייל די טאַנטע האָט באַדאַרפט , אַרױספּטרן" די המך-טאַשן װאָס זיינען געבליבן פון באָל, און װאָס די קאָמיטע האָט זיך צעטיילט מיט זיי,

--- איר מוזט מיר אויפעסן די המן-טאַשן האָט געזאָגט די טאַנטע, איך װעל אייך באַדײי מאַכן קאַװע צוליב דעם. עס זיינען אויך אָנגעקומען סעלמאַ און עדי. אַ סך גלייכער װאָלט געווען, ווען מיר זאָלן שוין בלייבן אַ גאַנצן אָװנט ביי דער מיסיס שאָר, און הערן װוי מיסטער שאָר קלייבט די רעסיטס פאַר יענער ועלט. עס װאָלט ניט געקומען אַפשר צו דער קריגעריי און עס װאָלט געווען מיט אַ צרה וייניקער. מענדל פּושקאַרט האָט אין מיטן דערינען אַ זאָג געטאָן :

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 109

--- אַ גוטע זאַך די המן-טאַשן, מיר זאָלען שוין דערלעבן עסן דעם ימח שמוניקס װאָנצעס . . . סעלמאַ האָט עפּעס געענטפערט אויף ענגליש און עדי האָט זיך אויך אָפּגערופן, איך האָב בלויז געהערט פיומען", איומען", ;יומאַניטי" . . . מען האָט עפּעס דערמאָנט דעם , בענד", איך האָב געזען אַז סעלמאַ איז געװאָרן אויפגעבראַכט און ווייטער דערמאָנט , יומען" און , יומאַניטי", איך האָב ניט געוואוסט, אַז מען קריגט זיך צוליב מיר, נאָר עפּעס איז מיר געװאָרן זייער טרויעריק אויפ'ן האַרצן, שפּעטער האָט מיר די מיסיס שאָר געזאָגט :

--- דו ווייסט, רבקה, עדי האָט אויפגעװאָרפן סעלמאַן, װאָס זי האָט דיך ניט געװאָלט מיטנעמען צום , בענד", ביז ‏ רעד" איז געקומען און האָט דיך מיטגענומען. און ער האָט געזאָגט, אַז יעדער מענטש איז אַ שטיקל המן, און דערפאַר זיינען דאָ המנס אויף דער וועלט.

--- אָט דאָס האָבן זיי זיך געקריגט?

--- יע, אָט דאָס האָבן זיי זיך געקריגט . . .

און מיסיס שאָר האָט אַ הויב געטאָן מיט די אַקסלען :

--- , עדי האָט אויך ניט קיין אַנדער אַרבעט, וי זוכן דיין קריוודע, אַז דו דאַרפסט דאָ וואוינען. . . שאַ קנאַפּער חכם, דער עדי". מיר איז זייער שווער אויפן האַרצן . . . װאָס ויל פון מיר דער עדי ? ער איז באמת, אַ צוגאָב צו מיינע צרות . . .

רעד" קען טרעפן 7"טער מערץ.

ווען איך בין היינט געקומען פון דער אַרבעט האָב איך דער- זען ביי מיר אויפן בעט צוויי בריוו. איך האָב זיך דערפרייט נאָך איידער איך האָב געוואוסט פון וועמען די בריוו זיינען. בריו זיינען פאַר מיר אַ סימן, אַז מענטשן געדענקען וועגן מיר, אַז איך בין ניט קיין אָפּגעריסן בלעטל, װאָס מעג אַפילו פאַרדאַרט וערן, װעט זיך קיינער ניט אַרומקוקן. דעם בריוו מיטן בלויעם קאָנװערט האָב איך באַלד דערקאָנט, דאָס איז דאָך לייזערס אַ בריו, זיין ערשטער בריוו איז אויך געווען אין אַ בלויעם קאָנװערט. דער

104 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

צווייטער בריוו איז געווען פון דעם , קאָונסיל אָוו דזשואיש טשאַ- ריטי ווימען". עס האָט זיך מיר געװאָלט זען תיכף ביידע בריו, נאָר איך האָב פריער געעפנט דעם בריוו פון די אוימען". זיי שרייבן אויף ענגליש. פון אַלץ, װאָס איך האָב איבערגעלייענט האָב איך פאַרשטאַנען נאָר איין װאָרט , לאָונדרי", און איך האָב זיך אָנגעשטױסן, אַז עס איז וועגן אַרבעט. די טאַנטע האָט מיר דעם בריוו איבערגעלייענט און האָט געזאָגט: זיי שרייבן דו זאָלסט צו זיי קומען, עפּעס האָבן זיי אַן אַרבעט אין אַ , לאָונדרי". איך האָב זיך דערמאָנט, אַז זיי האָבן מיר פאַרשריבן לאָונדרי װאָירקער". פונדעסטוועגן על איך גיין זען. אפשר איז דאָס אַ בעסערע אַרבעט, וי די אויסנייעריי, װאָס איך פאַרדין ביי דעם פינף און זיבעציק סענט אַ טאָג. אין לייזערס בריוו איז געלעגן אַ פאָטאָגראַפיע פון לייזערן און עטלעכע יונגע לייט, װאָס זיי זיינען צוזאַמען מיט אים געקומען אויף דער ,גריכישער שיף" קיין א"י. לייזער איז געשטאַנען אינמיטן, אָן אַ היטל, איך האָב דער- קאָנט זיין אָנצוג אין די קעסטעלעך, װאָס ער האָט געטראָגן אין לובלין, און ביי מיר זיינען אָנגעלאָפן טרערן אין די אויגן, ווען איך שעם זיך ניט פאַר דער טאַנטע װאָלט איך הויך געויינט. נאָר איצט האָב איך אַראָפּגעשלונגען די טרערן, װאָס זיינען מיר גע שטאַנען אין האַלדזן און אויסגעװוישט די אויגן. ווען איך האָב געהאַלטן אין לייענען לייזערס בריוו איז אָנגעקומען ,רעד". דער גוטער יאָר האָט אים גראָד איצט אָנגעטראָגן, ניט געקענט קומען מיט אַ האַלבע שעה שפּעטער . . . אין זאַך האָב איך זיך אויס. געלערנט אין אַמעריקע: צי גוט, צי שלעכט, די ערשטע זאַך דאַרף מען אַ שמייכל טאָן. און אפשר זיינען זיי גערעכט, די אַמעריקאַנער : אַז מען גיט אַ שמייכל זעט יענער, אַז די ועלט האָט זיך נאָך פון נעכטן ביז היינט ניט איבערגעקערט. מען שמייבלט נאָך. אַי װאָס, טאָמער איז פאַראַן אַביסל , טראָבל", וי זיי זאָגן, נו װועט זיך , אויספּרעסן". מיר געפעלט זײיער, װאָס זיי זאָגן , עס װועט זיך אויספּרעסן".

--- דו האָסט אַ לעטער פונדערהיים ? װאָס שרייבט מען דיר ? האָט מיך , רעד" אַ פרעג געטאָן.

זאָל איך אים זאָגן וועגן לייזערן? און ווער ליזער איז?

טאָגיבוך פון רב קה זילבע רג 109

אָדער זאָל איך אים זאָגן, אַז דער בריוו איז פונדערהיים ? נאָר די טאַנטע האָט געוויס געזען, אַז דער בריוו איז פון א"י, װעט זי מיך האַלטן פאַר אַ ליגנערקע, אויב איך על זאָגן אַנדערשי. מער פעלט מיר ניט. זעט אויס, אַז זאָגן אַ ליגן איז טאַקע אַ חרפּה, ווייל מען שעמט זיך זייער, אַז מען כאַפּט . . .

--- ניין, דאָס איז אַ בריוו פון אַ שכן, האָב איך געענטפערט ,רעד"ן. איך האָב באַמערקט, אַז ערעד" קוקט אויף דער פאָטאָ- גראַפיע, װאָס איז געלעגן ביי מיר אויף די קני. איך האָב אים געוויזן די פאָטאָגראַפיע. , רעד" האָט באַטראַכט אַלע פּנימער, װאָס זיינען געווען דאָרט און דערנאָך האָט ער מיך געפרענט:

-- און ווער האָט דיר געשריבן דעם בריוו ?

-- טרעף! האָב איך אים אַ זאָג געטאָן, איך בין געוען צופרידן, װאָס די פאָטאָגראַפיע איז פון עטלעכע און ניט פון לייזערן אַלײן. , רעד" האָט ווידער באַטראַכט די פאָטאָגראַפיע און איך האָב זיך דערפילט עפּעס מאָדנע, ווען ער האָט אָנגעוויזן אויף לייזערן :

--- דער ?

--- פון ואַנען האָסטו געטראָפן ?

, רעד" האָט אַ לאַך געטאָן און מיט אַ שפּאַס אָנגעװויזן אויפן האַרצן :

-- פונדאַנען . . .

איך האָב שוין כמעט ניט דערלייענט דעם בריו. איך האָב אים צוזאַמען מיט דער פאָטאָגראַפיע אַרײינגעלײגט אין טאַש.

--- װאָס שרייבט מען דיר ? האָט די טאַנטע אַ פרעג געטאָן

--- מען שרייבט מיר, וי זיי זיינען אַנטלאָפּן מיט אַ , גרי" כישער שיף" קיין א"י.

--- מען לויפט נעבעך, וי פון פייער, האָט די טאַנטע געזאָגט, אַבי מען כאַפּט נאָר ערגעץ אַ שטיקל שיף . . . און זי האָט אַ זיפץ געטאָן.

איך האָב געזען, אַז , רעד" איז צעטראָגן, איך האָב געװאָלט זיין גוט צו אים, און האָב אים געבעטן, ער זאָל מיך לערנען אַביסל ענגליש.

--- דו זעסט, איך קען אַפילו ניט איבערלייענען דעם ברייו

106 פון לובלין ביז ניו:יאָרק

פון דעם , קאָונסיל אָװו דזשואיש טשאַריטי ווימען" . . . , רעד" האָט אַ דריי געטאָן מיטן קאָפּ אויף ניין

--- טאָמאַראָו, האָט ער אַ זאָג געטאָן און געפרעגט ביי דער טאַנטע:

--- וואו איז סעלמאַ ?

אַװועק מיט עדין אין אַ , מואווי פּיקטשור",

--- קאם אַן, רבקה, מיר וועלן אויך גיין.

אין דער , מואווי פּיקטשור" האָבן זיך דעטעקטיווס געיאָגט נאָך אַ שווינדלער. מען האָט זיך געשאָסן, און מען איז געלאָפן איבער די דעכער און זיך געצויגן אויף שטריק. עס איז געווען אַן אימה צו קוקן. דער בעסטער דעטעקטיוו איז געווען אַ פרוי. און זי האָט עס טאַקע אויסגעפונען דעם שוינדלער. אינמיטן דער שפּיל האָט מיך , רעד" גענומען ביי דער האַנט :

-- רבקה, , יו לאַיק דיס באָי" (דו האָסט ליב דעם בחור) ?

--- װאָס פאַר אַ , באָי" ? האָב איך אַ פרעג געטאָן, און עס האָט מיך גענומען שטאַרק זעצן אין האַרצן

--- פון דער פּיקטשור (בילד).

-- איך האָב דיך געבעטן דו זאָלסט מיך גאָרניט פרעגן, האָב איך אים געזאָגט און דערלאַנגט אַ פּאָר פּעטשלעך איבער דער האַנט,

מיין גליק איז געווען, װאָס די שכנים, װאָס זיינען געזעסן

אַרום אונדז האָבן אָנגעהויבן שטאַרק שיקען:

-- ש. .. ש... . מיר שטערן זיי זען די , פּיקטשור".

און כאָטש מיר איז שוין אויסגעקומען פאַר דער לעצטער צייט זאָגן אַ ‏ סך ליגנס, דער טאַנטע, דער מיסיס שאָר, דער מיסיס קאָשעס, רוטן און אַנדערע -- פיל איך פונדעסטוועגן, אַז דעם גרעסטן ליגן האָב איך היינט געזאָגט ‏ רעד"ן און עס טוט מיך באַנג . . ,

אַלץ -- עולם הזה 8טער מערץ.

זינט די מאָדנע קריגעריי צװישן סעלמאַן מיט עדין ליגט מיר עפּעס, וי אַ שטיין אויפן האַרצן, כאָטש איך פיל זיך אינגאַנצן

טאָגי-בוך פון רב קה וילכבע רג 107

ניט שולדיק אין דעם,. װאָס קען דאָ זיין מיין שולד ? פון עדין אַנטלױף איך. אַז עדי האָט מיך געבעטן גיין מיט אים אין די מואוויס בין איך ניט געגאַנגען. אויף עדיס צעטעלעך האָב איך ניט געענטפערט. אָבער דאָך ליגט מיר אַ שטיין אויפן האַרצן און היינט האָב איך געזען, אַז עס איז ניט אומזיסט. גאַנץ פרי, ווען אַלע זיינען נאָך געשלאָפן, איז דער אָנקל אויפגעשטאַנען. איך האָב געהערט, וי ער האָט זיך געדרייט איבערן שטוב, געשורשעט מיט בלעטלעך, זעט אויס אַרײנגעקוקט עפּעס אין אַ ספר, דערנאָך זיך װוידער אומגעדרייט איבערן שטוב. איך האָב שוין סיי וי ניט געװאָלט שלאָפן האָב איך אַרױסגענומען לייזערס בריוו און אים אָנגעהױבן איבערלייענען נאָכאַמאָל. לייזער שרייבט מיר, אַז איך זאָל ניט פאַרגעסן, אַז מיין וועג איז נאָך ניט געענדיקט. איך דאַרף נאָך פאָרן צו אים, קיין ארץ ישראל. ער איז אַביסל אין כעס אויף מיר אויך. ער שרייבט, אַז זיין האַרץ פילט, אַז איך בין דער- ווייטערט געװאָרן פון אים. עֶר האָט ניט פון מיר קיין בריו, מעגלעך, שרייבט ער, אַז זיי קומען ניט אָן. ,אָבער אַז דיינע בריוו זאָלן זיך אין ערגעץ ואַלגערן און אַפילו ניט דערגיין צו מיר, װאָלט איך דאָס געפילט". אַזױ שרייבט ער. איז ער טאַקע גערעכט 4 איך ווייס אַליין ניט . . . געוויס בין איך אפשר צופיל איבערגענומען מיט ,רעד"ן . . . אָבער וען איך װאָלט קענען היינט אַװעקפאָרן צו לייזערן, װאָלט איך געפאָרן. איך װאָלט געפאָרן צוריק צו מיין ;היים", צו מיינע גוטע יאָרן, װאָס זיינען אַריבער אויף שטענדיק. דער אָנקל האָט געהערט, זעט אוס, אַז איך שלאָף ניט, ער האָט געהערט מסתם, וי דאָס פּאַפּיר האָט גערוישט. איך האָב זיך פאַרוואונדערט, ווען דער אָנקל איז צוגעגאַנגען צום טיר און האָט אַריינגעבויגן דעם קאָפּ,

--- דו שלאָפּסט ניט, רבקה ? פאַרװאָס שלאָפסטו ניט ? עס איז דאָך נאָך אַזױ פרי ?

--- איך לייען אַ בריוו, איך קען ניט שלאָפן. דער אָנקל איז צוגעגאַנגען און האָט זיך געזעצט אויף אַ שטול לעבן מיין בעט. ער האָט געהאָט אַ מאָדנעם פּנים, אַ גוטן זייער, און זייער אַן אומעטיקן. איך האָב דערפילט, אַז איך האָב דעם פעטער זייער

108 = פון לובלין ביז ניו:יאָ רק ליב, און מיר האָט ויי געטאָן, װאָס ער איז אַזױ אומעטיק. דער אָנקל האָט אַ ויילע געשויגן, דערנאָך האָט ער געזאָגט :

-- רבקה, איך האַלט דיך פאַר אַ קלוג מיידל, אַ היימיש מיידל, און איך האָב דיך ליב אַזױי ווי מיין סעלמאַן, קיין אונטערשייד ניט, זאָלסט עס וויסן.

אַזױ האָט געזאָגט דער אָנקל און איז שטיל געװאָרן. נו בין איך דאָך געשטראָפט פון גאָט מיט מיין ויינען איז איידער װאָס און איידער ווען האָב איך שוין געהאַט פולע אויגן, און איך האָב געוואוסט, װאָס דער אָנקל וויל מיר זאָגן, ווייל איך האָב געוואוסט, אַז דעם אָנקל איז ניט גוט.

--- איז װויל איך מיט דיר איבערריידן, נאָר זאָלסט ניט זאָגן דער טאַנטע, האָט דער אָנקל ווייטער גערעדט: דו זעסט דאָך שוין אַביסל, װאָס אַמעריקע איז, דאָ איז שווער צו , מאַכן אַ לעבן", וי קריעת ים סוף. גלויב מיר, רבקה, אַז איך הויב אָן גיין צו מיינע , קאָסטאָמער" און יעדערן מוז מען נאָכגעבן, איז ער פרום, מוז מען צובאָמקען, איז ער אַן אפּיקורס, מוז מען אויך צובאָמקען, איז ער גלאָט אַ משוגענער, מוז מען אויך זאָגן ;אָקעי". עס איז מיר שווער זאָג איך דיר, עבודת פּרך. אָבער ,אַ לעבן מוז מען מאַכן", פאַרשטשימעט מען די ציין און מען לעבט . . . איך טראַכט אָפט, אפשר װאָלט גלייכער געווען איך זאָל בלייבן א רב אין נאַװאָגרודעק, איידער דאָ ווערן אַן אינשורענס אַגענט אויף גרענד סטריט. איך רייד ניט וועגן איצט, איצט איז דאָך מלחמה, חורבן, גאָט צו דאַנקען, אַז מען איז דאָ, איך רייד סתם, ביז איצט